בײַם פֿעטער אין שטוב איז אַלצדינג אַנדערש ווי בײַ אונדז. דאָרט שפּילט אַ פֿייגעלע, אין אַ שטײַגל. אין אונטערשטן קובישיקל שלאָפֿט אַ ווײַסער קראָליק. די בריק איז אויסגעשאָטן מיט דינעם זאַמד, ווי עפּעס אַ העראָגליף־שריפֿט… די צייכנס פֿון די קראָליק־פֿיסלעך זענען געצוקטע אונטערשריפֿט. עס האָבן געשמעקט פֿריש געברענטע קאַווע־בעבלעך, און השׂכּלה. אין פֿעטערס שטוב האָט אויך געשמעקט פֿיאָלקע־וואַסער, און ברונעעלענע פֿרויען־שיכלעך, און צוויי פֿישביינען פֿון אַ „מידער‟ (קאָרסעט) זענען געלעגן אויף אַ באָנבאָנערקע.
דער פֿעטער האָט אַרומגעשפּאַנט מיט לאַנגע בוזשיק־פֿיס איבער דער שטוב, אַרײַנגעקוקט אין אַלטע דײַטשע ביכלעך, געזיפֿצט און אַוועקגעלייגט. מיר איז אײַנגעפֿאַלן, אַז דער פֿעטער שפּילט אַ ליבע, נישט נאָר מיט מאַריאַשן (ווי מענטשן זאָגן), וואָס האָדעוועט קעץ און רעדט דײַטש, נאָר אויך מיט די דײַטשע ביכלעך.
דערזען ווי איך גיי אים נאָך פֿון הינטן, מיט די הענט אונטערן רעקל, אַרויף און אַראָפּ, ווי אַ שאָטן, בלײַבט ער שטיין, גלעט צו די רויטע באָרד צום פּנים, גיט אַ צי מיט זײַנע נאָזלעכער, צי די קאַווע זידט שוין אין סאַמיוואַרל, און שטעלנדיק אויפֿן טיש צוויי בויכיקע שעלעכלעך, גיט ער אַ זאָג:
— „אַ תּכלית! זײַן טאַטע זוכט פֿאַר אים אַ תּכלית… יאָרדאַק מיט שלעכטער לופֿט. בילדונג מיט קאַליע ציין. — האָסט דיר שוין הײַנט געפּוצט די ציין, צי דו האָסט נישט געהאַט קיין צײַט?‟
איך רייטל מיך בײַ יעדן וואָרט, וואָס דער פֿעטער זאָגט. ס׳האַרץ שלאָגט אין מיר ווי אַ זייגער. איך זע דעם פֿעטער, איז ווי איך וואָלט געזען די זון. ער איז הויך און העל. די אויגן בלענדן. איך קען מיר קיין אָרט נישט געפֿינען.
דער פֿעטער גיסט אָן צוויי שעלכעלעך קאַווע, לייגט מיר אַוועק אויפֿן טיש אַ שטיקל בוטערבראָט, גיט מיר צוויי ווערפֿעלעך צוקער — ווײַל צופֿיל צוקער איז נישט געזונט פֿאַר די ציין, און ווײַל אַ ייִנגל ווי איך, טאָר זיך נישט צוגעוווינען צו זיסקייטן.
— דאָס לעבן — מאַכט דער פֿעטער — איז אַ ביטערע פּרי, וואָס איז גוט פֿאַרן געזונט… און דער טויט — דער גוטער יאָר זאָל אים נעמען! — איז אַ ביזע־בזיון… יעדער אָנשטענדיקער מענטש דאַרף זיך שעמען אין זײַן ווײַטן האַלדז אַרײַן צו שטאַרבן… אַז דער פֿעטער רעדט פֿון טויט, ווערט ער בלאַס און אויפֿגערעגט, נעמט אַרויס אַ טאַשן־שפּיגעלע פֿון דער וועסטל־קעשענע, קוקט זיך אויף דער צונג, נעמט פֿון עפּעס אַ פּידעלע אַ פּראָשעק, שיט עס אַרײַן אין מויל אַזוי איידל, אַז ס׳איז אַ גוואַלד. ער פֿאַרטרינקט מיט אַ „שליק וואַסער‟ און באַרויִקט זיך: שוין. נישטאָ קיין טויט!
דער פֿעטער טראָגט אין זיך סודות, וואָס זענען ווײַט ווי די ווײַטע שטערן, אַזוי פֿרעמד, אַזוי ליכטיק…
איך עפֿן דערווײַל אויף אַ דײַטש ביכל, וואָס ליגט אויפֿן טיש.
— אַז דו לייענסט דײַטש, — זאָגט דער פֿעטער, טו אויס דעם קאַפּעליוש. האָב דרך־ארץ פֿאַר אַ בוך. אַ בוך איז אַ פֿרעמדע שטוב — מע קומט נישט אַרײַן צו יענעם אין שטוב אַרײַן מיטן היטל אויפֿן קאָפּ… דאָס איז אַ ייִדישע טבֿע…
דער פֿעטער ברעכט זיך די הענט, קנאַקט זיך אויס די פֿינגער, דערנאָך באַשמירט ער זיך אַ שטיקל ברויט מיט „פּוטער‟, זייער דין… ניין, ער באַשמירט נישט, נאָר ער וויל מיטן פּוטער־מעסער אַרײַנשטופּן די „פּוטער‟ אינעווייניק, זי זאָל זיך נישט אָנזען. דערנאָך באַשפּריצט ער דאָס שטיקל ברויט זייער איידל מיט דינעם זאַלץ, עסט און זאָגט פֿון מיטן אַ פּסוק:
— דאָס זאָלסטו נישט! דאָס זאָלסטו יאָ… דאָס מעגסטו! דאָס טאָרסטו נישט… ער נודיעט, ווי אַ מלמד, דער גאָט אונדזערער! שטייט כּסדר בײַם ברעג הימל און קוקט אַרויס דורך אַ שפּאַרע… מע קען זיך פֿאַר אים נישט באַהאַלטן, מע קען זיך בײַ אים נישט אויסקויפֿן… אפֿשר ווייסטו וואָס?
איך ווער אָפּגעגאָסן מיט אַ פֿלאַם פֿײַער. אַ געפֿיל פֿון זינד איז איבער מיר, און אויך פֿון נקמא־פֿרייד, געמישט מיט זיסער שרעק פֿאַר די „אײַזערנע קאַקריזעס‟, מיט וועלכע גאָט שמײַסט אין הימל.
—אויסקויפֿן קען מען זיך בײַ אים נישט. ס׳טײַשט, ער האָט דיר געגעבן ס׳לעבן! זאָל ער נישט געבן — ער גיט עס דען? ער אַנטלײַט עס בלויז ביז מאָרגן, און נעמט דערפֿאַר עטלעכע הונדערט פּראָצענט… וויפֿל קינדער האָט דײַן טאַטע?
— איר ווייסט דען נישט, פֿעטער? מיר זענען זעקס קינדער…
— זעקס קינדער, זעקס הונדערט פּראָצענט אויף אַ טאָג!… און מע קען זיך בײַ אים נישט אויסקויפֿן. גיט ער אַ תּורה — נעמט ער אַרויס די כּוחות, נאַרט אַרונטער אַ גאַנץ פֿאָלק מיט פּאַסטעכער אונטער אַ יאַרמלקע וואָס וועגט אַזוי פֿיל וויפֿל צען בערג… „איר׳ט נעמען?‟ — אַ ברירה האָט מען? מע נעמט!
דער פֿעטער רעדט טיפֿע און קלאָרע רייד, ווי פֿון אַ דײַטש ביכל אַרויס. מיר דרייט זיך דער קאָפּ, סײַ פֿון דער שטאַרקער, פֿרישגעברענטער קאַווע, סײַ פֿון דעם פֿעטערס רייד. דאָס האַרץ ווערט גרינגער, דער תּכלית פֿאַלט אַראָפּ… די שרעק פֿאַר דער צײַט, וואָס איך וועל ווערן „בר־מצווה‟ און נעמען אויף זיך דעם „יאָך פֿון ייִדישקייט‟, אַנטלויפֿט — ווי אַ מויז, וואָס האָט שטיל געגראַבלט בײַ נאַכט, אַנטלויפֿט אַז מע צינדט אָן ליכט!… פֿונעם פֿעטערס מויל טריפֿט האָניק און גאַל… אויף מיר פֿאַלן פֿײַער־טראָפּנס און געגליט גאָלד… אויף מײַן קאָפּ וואַקסן אויס גרינגע הערשן־הערנער.
— זאָג דײַן טאַטן, — מאַכט צו מיר דער פֿעטער און וויקלט מיר אײַן אין אַ זײַד־פּאַפּירל אַ ביסל צעמאָלענעם קרײַד אויף צו פּוצן די ציין, — זאָג דײַן טאַטן, אַז איך לאָז אים גריסן. ער׳ט שוין וויסן, וואָס איך מיין. גיי געזונטערהייט!
איך נעם דאָס צעמאָלענע קרײַד, און וויל מיך אַרויסלאָזן אין דרויסן אַרויס אָנעם קאַפּעלויש. דער פֿעטער טראָגט מיר צו ס׳היטל מיט אַ שמייכל:
— שווימסט?! שוויצסט?! פֿלאַקערסט? אַזוי ווי די מאַמע דײַנע! נישטאָ בײַ אײַך אין שטוב קיין פּלאַן. קיין גאָרנישט. הו־האַ… ס׳דרייט זיך אויף אײַך אַלע דער שלייער… שיכּור ולא מיין — ווייסטו דאָך וואָס דער טײַטש איז פֿון „שיכּור ולא מיין?‟ זאָג דײַן מאַמען, איציקל, אַז אויב זי איז שוין יאָ שיכּור, זאָל זי כאָטש אַ מאָל טרינקען אַ ביסל גוטן ווײַן, און זאָג איר, זי זאָל דיך אויפֿהערן שטאָפּן מיט ווײַנטרויבן…
— ווען עס איך דען ווײַנטרויבן, פֿעטער?
— איך זאָג עס בלשון מליצה… אַז מע עסט ווײַנטרויבן יערט אין בויך… עס בוטערבראָד, איציקל, און טראַכט נישט פֿון קיין תּכלית. דײַן באָבע האָט אויך געטראַכט פֿון תּכלית, זיך אָנגעמאָסטן אַלע פֿרײַטיק די תּכריכים, וואָס זי האָט זיך אָנגעגרייט מיט אַ יאָר צו פֿרי… דער סוף איז געווען, אַז די מײַז האָבן זיי אויפֿגעגעסן… גיי געזונטערהייט, און וויקל דיר אַרום דעם האַלדז מיטן שאַליקל!…
(פֿון „טעג מײַנע טעג‟)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.