ס׳איז שוין גרויסער טאָג אין ווילנע אויפֿן שולהויף. דער זונזייגער, אויפֿן ראַנד פֿון אַלטן ברונעם, ווײַזט עלף, און בײַם גאָון אין איבערשטיבל, וואָס שפּאַרט אָן מיט דער בלינדער וואַנט אויפֿן קלויז פֿון דער „חבֿרה־קדישא‟, זײַנען נאָך די לאָדן געשלאָסן.
דער אָטעם פֿון סוף־זומער טראָגט זיך, אין דער שטיקנדיקער לופֿט, מיט ווײַסע שפּינוועבס־פֿעדעמער. גויים רופֿן דאָס אָן „ווײַבערישער זומער‟, און ישיבֿה־בחורים פֿון שולהויף זאָגן, אַז דאָס זײַנען צעפֿליקטע זײַדענע ציצית פֿון צדיקים, וואָס זײַנען אומגעקומען אויף קידוש־השם. נאָך תּישעה־באָבֿ באַווײַזן זיי זיך און פֿליִען אַרום ביז הושענא־רבה; קלעפּן זיך אָן אַלעמענס פּנימער און דערמאָנען, אַז מע דאַרף תּשובֿה טאָן…
פֿון ערגעץ וווּ קומט צופֿליִען אַ פֿאַרבלאָנדזשעט פֿלעדערל, מיט רויט־ און געלב־געפֿלעקטע פֿליגעלעך, פֿלאַטערט אין דער הייסער לופֿט, קוקט זיך אַרום נאָך אַ צווײַגל גרינס, וווּ אָפּצורוען זיך און געפֿינט ניט. אויסער ציגלנע דעכער און שטויביקע טרעפּלעך פֿון קלויזן, אויסער קאַרניזן און מוראדיקע אײַזערנע ריגלעך פֿון קרעמלעך, אויסער רינשטאָקן און אָפּגוס פֿון דער קהלישער באָד און מיקוואָות, זעט עס דאָ גאָרנישט… טאָמער ווייניק — פֿאַרטשעפּעט עס זיך נאָך, מיט איין פֿליגעלע, אָן אַ זײַדענער צעפֿליקטער ציצה פֿון אַ קדוש, ס׳הייסט: קאַלטע רעגנס, טויט… גיט זיך דאָס פֿלעדערל אַ צאַפּל און אַ ריס אָפּ. אַנטלויפֿט דאָס פֿלעדערל וווּהין דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט. „פּלאַפּ־פּלאַפּ‟ — אַזוי פֿלאַטערט דאָס אַוועק. צוליב וואָס מאַכן זיך ביטער דאָס לעבן פֿאַר דער צײַט? אַז דער האַרבסט וועט אָנקומען, וועט מען דעמאָלט זאָרגן…
פֿון רעמאַילעס הויף שווימט אַרויס אַ דיקע פֿאַרשוויצטע ייִדענע מיט געפֿלאָכטענע קאָשיקעס אין די באָקעס. אין איינעם — געלב־געקאָכטע פֿאַראַיאָריקע אַרבעס, אין צווייטן גרינט הײַיאָריקער באָב אין די סטרוטשעס. העצקעט זי זיך, מיט איר טאָפּלטער משׂא, איבער דער ברייט פֿון דער „ייִדישער גאַס‟, קאַטשעט זיך אַרײַן אין שולהויף. כאַפּט אַ קוק אויף דער זון און פֿאַרזשמורעט זיך.
— וויי מיר ניט! — גיט זי אַ קוויטש, — שוין באַלד האַלבער טאָג. וואָס שווײַג איך?
און באַלד טאַקע דערווײַזט זי זיך אַליין אין דעם גאַנצן שולהויף, אַז אַזאַ זאַך וועט זי ניט פֿאַרשווײַגן; עפֿנט אויף אַ פּיסק און צעזינגט זיך הויך אויפֿן קול, מיט דער עכט־ווילנער אויסשפּראַך און מיט אַ פֿריילעך־האַסטיקן ניגון; עפּעס ווי זי וואָלט דאָ אָנגעלאָפֿן מיט אַ גרויסער בשׂורה, אַז משיח איז געקומען:
— מאַנדלין, בחורים! גרויסי מאַנדלין! זיסי ראָזינקיס מיט מאַנדלין! אַ גרויסי קווערטיל אַ גראָסין! מיט דאַרף זיך אַפֿילו ניט וואַסין! זאָל אונדז אַזוי זײַן שימכי וסאָסין!
איר האָפֿערדיקע בשׂורה איז געווענדט צו די ישיבֿה־בחורים אין די קלויזן און צו די יונגע לומדים, זיי זאָלן וואָס גיכער אַרויסלויפֿן איבערכאַפּן דאָס האַרץ. בפֿרט מע דאַרף זיך, צו אירע „זיסי מאַנדלין‟, אַפֿילו די הענט ניט וואַשן… אימעצער אָפּצונאַרן מיינט זי ניט. חס־ושלום! אַלע ווייסן, אַז ארץ־ישׂראל פּרות עסט מען ניט אין מיטן וואָך צום אָנבײַסן. דאָס לויבט זי נאָר אַזוי, אין טאָג אַרײַן, אירע באָב און אַרבעס. גרויסט זיי לויטן מליצהדיקן שניט פֿון דער „ייִדישער גאַס‟, און שפּילט דערווײַל, ווי אַ קלוגע הענדלערקע, אויף דער באַהאַלטענער סטרונע פֿון אַלע ייִדישע קינדער, וועמען די מאַמעס האָבן פֿאַרוויגט מיט אַ ציגעלע וואָס איז געפֿאָרן האַנדלען, „ראָזשינקעס און מאַנדלען‟… צום געשעפֿט קען דאָס, בכּל־אופֿן, ניט שאַטן.
דער ערשטער, אויף אירע קולות, לויפֿט גאָר אָן אַ בכּבֿודיקער ייִד מיט אַ ספּאָדיק, מיט אַ געהאָפֿטענעם טלית־זעקל אונטערן אָרעם, מיט אַ שיינעם שטעקן אין האַנט און שרײַט אָן שיפּענדיק, מעשׂה גבאי:
— ששאַ, ייִדענע, שטיל זאָל זײַן! — און ווײַזט איר, דערבײַ, געהיימניספֿול אָן, מיט דער זילבערנער גאַלקע פֿון שטעקן, אויף דעם אייבערשטיבל מיט די פֿאַרמאַכטע לאָדנס:
— דער גאָון לערנט דאָך…
— וויי מיר ניט!… דערשרעקט זיך די ייִדענע און קאַטשעט זיך אַוועק מיט אירע קאָשיקעס ביז צום פּאָליש פֿון דער גרויסער שיל. אין שולהויף און אין די אַרומיקע זאַוווּליקלעך ווערט עס טומלדיקער. פֿון אַלע קלויזן, חדרים און ישיבֿות שיטן זיך אַרויס ייִנגלעך און בחורים, משניות־זאָגער, שמשׂים און מלמדים. ווער עס לויפֿט אַהיים עסן וואַרעמעס, ווער עס אײַלט זיך צו שפּײַז־קרעמלעך בײַם פּאָליש, ווער עס ווערט טשיקאַווע אויף די געלע און גרינע „מאַנדלען‟ בײַ דער ייִדענע אין די קוישן. טומלענדיק, ריידנדיק, און מאַכנדיק מיט די הענט, לויפֿן זיי אַלע. אָבער ווי נאָר מע גלײַכט זיך אויס מיטן קלויז פֿון ר׳ אליהו גאָון, מיט די פֿאַרמאַכטע לאָדן פֿון זײַן אייבערשטיבל, אַזוי ווערט מען געלאַסענער, יונג אַזוי ווי אַלט. חדר־ייִנגלעך ווערן סטאַטעטשנער, ישיבֿה־בחורים — ערנסטער. ווײַבער, וואָס קומען אָן פֿון די גרויסע מיקוואָות, מאַכן פֿרומע מײַלכעלעך, באַהאַלטן די אויסגעוואַשענע פּנימלעך אין די זומערדיקע קאָפּ־טיכלעך. אַפֿילו נגידים אין ראַצעמאָרענע קאַפּאָטעס קלאַפּן דאָ ניט אַזוי תּקיף מיט זייערע נגידישע שטעקענער. און אַ שושקען גיט זיך איבער פֿון מויל צו מויל, פֿון אַלטן קלויז ביזקל רעמאַילעס — דער גאַנצער ברייטער דורכגאַנג וואָס פֿירט פֿאַרבײַ גאָונס דירה:
— שששאַ! ר׳ אליהו לערנט…
פֿאַר אַן אורח, וואָס קען ניט דער שטייגער פֿון גר׳׳א, וואָלט דאָס געווען אַ חידוש. גיכער וואָלטן אויף אים די פֿאַרמאַכטע לאָדן געמאַכט אַן אײַנדרוק, אַז ר׳ אליהו איז עפּעס ניט מיט אַלעמען, אָדער פֿאַרשלאָפֿן זיך, חס־ושלום. דער גאַנצער שולהויף ווייסט אָבער, און אַלע ווילנער ייִדן ווייסן, אַז זינט ר׳ אליהו האָט זיך אומגעקערט פֿון אָפּריכטן גלות, אין פּוילן און אין דײַטשלאַנד, שוין איבער אַכט־און־פֿערציק יאָר, לערנט ער און דאַוונט און שרײַבט זײַנע גרויסע חיבורים בײַ פֿאַרמאַכטע לאָדן. און טוען טוט ער אַזוי, נאָר כּדי דאָס אָנזען פֿון דער אויסערלעכער וועלט זאָל אים ניט שטערן, ס׳זאָל אים ניט מבֿטל מאַכן זײַנע טיפֿע רעיונות. ניט מאַכן די קלענסטע מחיצה צווישן אים און דעם בורא־יתברך. ער האַלט דאָס גאַנצע לעבן פֿאַר אַ וועג, אַ געפֿערלעכער ווײַטער וועג, פֿול מיט אומריינע גלוסטענישן און מיט פֿאַרפֿירערישע קונצן פֿון יצר־הרע… און די גמרא זאָגט: ווען אימעצער גייט אַליין אין וועג און לערנט תּורה און רײַסט זיך אָפּ פֿון לערנען און זאָגט: „ווי שיין איז דער בוים! ווי שיין איז די לאָנקע!‟ ברענגט ער זיך אַליין אין סכּנה.
אמת איז, אַז פֿון אייבערשטיבל, וואָס שפּאַרט אָן דעם קלויז פֿון חבֿרה־קברנים, זעט מען קיין סימן פֿון אַ בוים, קיין פּיצל לאָנקע. ייִדן דאַרפֿן דאָס ניט. ס׳איז אַ גוייִשע זאַך. און פֿונדעסטוועגן… אַ שטראַל פֿון דער זון קען דאָך אויך פֿאַרפֿירן, אַ שטיקל בלויער הימל קען זײַן אָנגענעם פֿאַרן אויג. אַ ווײַס קאָפּ־טיכל פֿון אַן אישה, וואָס גייט פֿון מיקווה, קען ברענגען אויף זײַטיקע מחשבֿות. אויך דאָס איז איבעריק ווען מע לערנט מיט גרויס התמדה. אויך דאָס קען שאַטן דער אמתער כּוונה בײַם דאַוונען.
און אַזוי ווי שלאָפֿן שלאָפֿט רבנו אַליהו בסך־הכּל צוויי־דרײַ שעה אין מעת־לעת און אַזוי ווי די איבעריקע צײַט פֿאַרברענגט ער אין תּורה און עבֿודה, זײַנען די דיקע לאָדן פֿון זײַן אייבערשטיבל כּמעט שטענדיק פֿאַרמאַכט. עפֿענען טוען זיי זיך אויף נאָר דעמאָלט, ווען דער גאָון טוט זײַנע מענטשלעכע באַדערפֿענישן, ווי עסן און טרינקען וכּדומה. דעמאָלט לופֿטערן ווײַבערישע אַלטיטשקע הענט דאָס אייבערשטיבל, לאָזן אַרײַן אַ ביסל שײַן אום זומער, און אַ ביסל פֿרישע קעלט אום ווינטער און אַ ביסל קינדערשן טומל פֿון שולהויף, אויך. דאָס געדויערט אָבער זייער קורץ, ווײַל ר׳ אליהו איז שטאַרק מצמצם זײַנע באַדערפֿענישן, אַזוי ווי זײַן גאַנצע הנאה פֿון דער נאַרישער וועלט, וועלכע הייסט „עולם־הזה‟.
בלײַבן די לאָדן פֿון הייליקן אייבערשטיבל צו לאַנג אָפֿן בײַ טאָג — ווייסט מען שוין אין גאַנצן שולהויף, פֿון קהלשן בית־המדרש ביזקל באָד און פֿון רעמאַילעס קלויז ביזקל קלויז פֿון גמילת־חסדים, אַז בײַם גאָון אין שטוב איז עפּעס ניט גלאַטיק. אָדער עפּעס אַ צרה בײַ זײַנע קינדער, אָדער ער גופֿא איז ניט אין גאַנצן, אָדער עפּעס אַ נײַע גזירה, און גרויסע לײַט פֿון רײַסן זײַנען צו אים אַראָפּגעקומען מיישבֿ־זײַן זיך… ווערט דעמאָלט אַ שטיקל אָנגעלאַף בײַם קלויז פֿון די קברנים און אַרום גאָונס דירה. דאָס שעפּטשען זיך גייט ביסלעכווײַז איבער אין אַ מורמלענדיקער אומרויִקייט. מאַכט מען מיט די הענט און מע זאָרגט זיך, ביז מע וויילט אויס אַ פּאָר אָנגעזעענע לײַט — נגידים אָדער גבאָים אין הויכע ספּאָדיקעס — און מע שיקט זיי אַרויף זען וואָס בײַ רבנו אליהו הערט זיך. און מע צעגייט זיך ניט איידער מע באַקומט אַ מער־ווייניקער באַרויִקנדיקע תּשובֿה.
די לאָדנס פֿון גאָונס אייבערשטיבל שפּילן אַזוי אַרום די ראָלע פֿון אַ גוייִשקער פֿאָן, להבֿדיל, אויפֿן פּאַלאַץ פֿון די פּאָטאָצקיס און איבער דעם אײַנגאַנג, מיט די צוויי „באָלוואַנעס‟ בײַ גראַף טישקעוויטשן. לויט די לאָדנס ווייסט מען צי בײַם ג׳׳רא גייט אַלץ כּשורה, צי עפּעס אַ צרה חס ושלום; צי ער, זאָל לעבן, איז אַוועקגעפֿאָרן, צי צוריקגעקומען. די מקורבֿים, וועלכע קאָנען דעם גאָונס שטייגער און אַלע זײַנע באַדערפֿענישן, טרעפֿן אין פּינטל אַלץ וואָס רבנו אליהו טוט אין דער אָדער יענער מינוט. זיי מאַכן זייער חשבון לויט דעם, ווען די לאָדנס פֿון אייבערשטיבל האָבן זיך הײַנט געעפֿנט, אַ ביסל פֿריִער צי אַ ביסל שפּעטער; און וויפֿל זיי זײַנען געווען אָפֿן — לענגער צי קירצער. זיי ווייסן ווען מע קען צום גאָון אַרויפֿגיין און ניט שטערן אים אין לערנען, ניט אין ביסל וואַרעמעס, וואָס ער נעמט אין זיך אַרײַן. איבער דאָס טײַערע אייבערשטיבל און איבער דעם ווער עס וווינט דאָרטן ציטערט מען ווי איבער אַן אבֿן־טובֿ, וועלכער איז איבערגעבליבן פֿון דער אַמאָליקער „כּתר־תּורה‟ און איז אַוועק אין גלות מיטן גאַנצן פֿאָלק ישׂראל. מע ציטערט איבער אים ווי איבער אַ בן־יחיד בײַ גאָט און בײַ דער הייליקער תּורה, מיט וועמענס זכות גאַנץ ווילנע לעבט. און ניט נאָר ווילנע אַליין, נאָר אַלע ייִדישע קהילות אין ליטע און וואָלין און אין דער נײַ־צוגעקומענער מדינת־רײַסן. אים, זאָל לעבן, קען גאָר נישט ניט געשען. אים טאָר גאָר נישט ניט געשען.
פֿון „קיסר און רבי‟, צווייטער באַנד
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.