Oyneg Shabes

בערל־אײַזיק

Berl Isaac

פֿון שלום־עליכם

  • Print
  • Share Share

די רעקאָרדירונג איז דיגיטאַליזירט געוואָרן דורך די קלאַנג־אַרכיוון בײַם „פֿלאָרידע־אַטלאַנטיק־אוניווערסיטעט‟. עס לייענט י. רײַמער.

Yehuda Blum

„אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון בלאָף‟… „אַמעריקאַנער בלאָפֿערס‟…

אַזוי זאָגן די פֿרעמדע. גרינע חיות — זיי הייבן ניט אָן צו וויסן וואָס זיי זאָגן. אַמעריקע מעג הייצן די פּעטשערעס אין כּתרילעווקע, און אונדזער בערל־אײַזיק וועט פֿאַרשטעקן אין גאַרטל אַלע אַמעריקאַנער בלאָפֿערס!

איר קענט פֿאַרשטיין ווער בערל־אײַזיק איז, אַז טאָמער מאַכט זיך בײַ אונדז אין כּתרילעווקע, איינער האָט זיך אַ ביסל פֿאַררעדט, אויף אײַער אַמעריקאַנער לשון וועט דאָס הייסן: ער האַקט אַ טשײַניק. שטעלט מען אים אָפּ מיט די ווערטער: „בערל־אײַזיק האָט דיר געלאָזט גריסן‟ — שטויסט ער זיך שוין אָן וואָס מע מיינט און ער ווערט אַנשטוויגן.

איין אַנעקדאָט דערציילט מען בײַ אונדז אין כּתרילעווקע פֿון איינעם אַ ייִדן אַ חצוף, וואָס איז זייער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר בערל־אײַזיק. פּסח איז אַ מינהג בײַ די גויים, אַז זיי באַגעגענען זיך, זאָגן זיי זיך אָן איינס דאָס אַנדערע אַ גוטע בשׂורה, אַז כריסטוס איז לעבעדיק געוואָרן — „כריסטאָס וואָסקרעס‟… דערויף ענטפֿערט אים דער צווייטער „וואָיִסטינו וואָסקרעס‟ — ס׳איז אמת, הייסט דאָס, ער איז לעבעדיק געוואָרן… טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, באַדאַרף אַ קריסט זיך באַגעגענען מיט יענעם ייִדן דעם חצוף און מכבד זײַן אים מיטן פּסוק „כריסטאָס וואָסקרעס‟… ווערט אים שלעכט, דעם ייִדן: וואָס זאָל ער טאָן? ענטפֿערן דעם גוי: „וואָיִסטינו וואָסקרעס‟ — ווייסט ער, אַז ס׳איז אַ ליגן און ס׳איז קעגן אונדזער גלויבן… זאָגן זיי אים: ניין, ער איז ניט לעבעדיק געוואָרן — קען מען דאָך כאַפּן פֿאַר אַזעלכע ווערטער אַ מיאוסן פּסק… איז ער זיך מיישבֿ און רופֿט זיך אָן צום קריסט: „יאָ, איך האָב עס שוין געהערט הײַנט פֿון אונדזער בערל־אײַזיק‟…

הײַנט שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אָט דער בערל־אײַזיק איז אַוועק קיין אַמעריקע, אָפּגעווען דאָרט היפּשע עטלעכע יאָר און איז געקומען צוריק — וואָס פֿאַר אַ וווּנדערס דער ייִד האָט זיך אָנגעדערציילט פֿון דעם אַמעריקע!

„ערשטנס — דאָס לאַנד. ארץ זבֿת חלבֿ ודבֿש. מענטשן מאַכן געלט, מע זשעברעוועט מיט ביידע הענט, מע שאַרט גאָלד! און געשעפֿטן, ׳ביזנעס׳, הייסט דאָס דאָרטן, איז פֿאַראַן אַזוי פֿיל, אַזש דער קאָפּ דרייט זיך. וואָס איר ווילט — דאָס טוט איר. ווילט איר אַ פֿאַבריק — איז אַ פֿאַבריק. עפֿענען אַ סטאָרקע — איז אַ סטאָרקע. שטופּן אַ פּושקאַר — איז אַ פּושקאַר. אַניט — נעמט איר זיך צו פּעדלערײַ, אָדער איר גייט אַרבעטן אין אַ שאַפּ — אַ פֿרײַע מדינה! איר קענט גלײַך געשוואָלן ווערן פֿון הונגער, אויסציִען זיך אין גאַס, וועט אײַך קיינער ניט שטערן, קיין וואָרט ניט זאָגן…

„הײַנט די גרייס פֿון די שטעט! די ברייט פֿון די גאַסן! די הייך פֿון די הײַזער! פֿאַראַן דאָרט אַ „הײַזקע‟ רופֿט מען זי די „וואָלוואָרט‟. שפּאַרט אָן דער שפּיץ קוימען גלײַך אין דער כמאַרע אַרײַן און נאָך העכער; אַ סבֿרה אַז די הײַזקע פֿאַרמאָגט עטלעכע הונדערט עטאַזשן. ווי אַזוי קריכט מען אַרויף אויפֿן בוידעם? דורך אַ לייטער, וואָס מע רופֿט אים „עלעווייטער‟. אַז איר באַדאַרפֿט האָבן עמעצן אויפֿן אייבערשטן עטאַזש, זעצט איר זיך אַוועק אונטן, אויפֿן עלעווייטער, גאַנץ פֿרי, קומט איר צו פֿאָרן אַהין אַרויף ערשט פֿאַרנאַכטלעך, אַזוי אַרום מינחה־צײַט.

„איך בין אַ בעלן געווען אַ מאָל זיך דורכצופֿאָרן אַרויף, אַ קוק טאָן אויף טשיקאַוועס, וואָס טוט זיך דאָרט — האָב איך קיין חרטה ניט. דאָס, וואָס איך האָב דאָרטן געזען, וועל איך שוין ניט זען קיינמאָל. און ווי איך האָב געפֿילט — לאָזט זיך גאָר ניט באַשרײַבן. שטעלט אײַך פֿאָר, איך שטיי מיר פֿון אויבן און קוק מיר אַראָפּ, פּלוצעם דערפֿיל איך אויף מײַן לינקער באַק עפּעס אַ מאָדנע קעלט און אַ גלאַטע, עפּעס ווי אײַז; און ניט ווי אײַז, נאָר ווי שטאַרק פֿאַרקילטע פּעטשאַ, גליטשיק און דרילעוואַטע. איך דרײ אויס פּאַוואָליע דעם קאָפּ לינקס, איך טו אַ קוק — ס׳איז די לבֿנה.

„הײַנט דאָס לעבן זייערס איז נאָר געיאָגט, און נאָר געלאָפֿן, און נאָר געכאַפּט זיך. „אַריהאָפּ‟ הייסט דאָס בײַ זיי. אַלצדינג איז בחפּזון, און אַפֿילו עסן עסט דאָך אויך אויף איין פֿוס. מע כאַפּט זיך אַרײַן אין אַ רעסטאָראַן און מע הייסט זיך געבן אַ שנאַפּס, און אויף צו פֿאַרבײַסן האָב איך אַליין געזען, ווי מע האָט איינעם דערלאַנגט עפּעס אויף אַ טעלער, אַ פֿרישס, אַ צאַפּלדיקס, און ביז ער האָט דאָס צעשניטן, איז איין האַלב אַוועקגעפֿלויגן אויף איין זײַט, די אַנדערע האַלב אויף דער אַנדערער זײַט, און דער חבֿרה־מאַן איז פֿאַרטיק געוואָרן מיט זײַן אָנבײַסן.

„פֿון דעסטוועגן זאָלט איר אָנקוקן ווי געזונט זיי זענען! אײַזן! גיבורים! בײַ זיי איז אַ מאָדע שלאָגן זיך אין סטריט, אין מיטן גאַס הייסט דאָס. ניט זיי מיינען אײַך שלאָגן, הרגענען, אונטערשלאָגן אַן אויג, אויסשלאָגן אַ פּאָר ציין, ווי בײַ אונדז. חלילה! נאָר גלאַט אַזוי, מע פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און מע גיט זיך קלעפּ, מע וויל זען ווער וועמען. בײַ זיי ווערט עס אָנגערופֿן אויף זייער לשון: מע פֿײַטלט זיך. איין מאָל בין איך געגאַנגען שפּאַצירן אין די בראָנקס, געטראָגן מיט זיך אַ ביסל סחורה, גייען אַקעגן מיר צוויי באָיעס, לויפֿערס, יונגאַטשעס הייסט דאָס, און טשעפּען זיך צו מיר — זיי ווילן זיך פֿײַטלען מיט מיר. זאָג איך: „נאָ סער — איך פֿײַטל זיך ניט‟. אַהין־אַהער, זיי לאָזן מיר ניט גיין ווײַטער. איך בין זיך מיישבֿ, אַז איר זענט יאָ אַזעלכע, וועל איך אײַך באַווײַזן, ווער עלטער איז. און גיי און לייג אַוועק דאָס פּעקל און וואַרף אַראָפּ די קאַפּאָטע, און אַז איך הייב אָן כאַפּן קלעפּ — קוים אַ לעבעדיקער אַרויס פֿון זייערע הענט! אַז זיי זענען צוויי און איך בין איינער! פֿון דעמאָלט אָן פֿײַטל איך שוין מער ניט, מע זאָל מיך אָפּגילטן.

„הײַנט זייער לשון! אַלצדינג איז בײַ זיי פֿאַרקערט און ווי אויף צו להכעיס. למשל, אַז בײַ אונדז איז קיך — איז בײַ זיי אַ קיטשען. אַז בײַ אונדז איז אַ קצבֿ — איז בײַ זיי אַ בוטשער. אַז בײַ אונדז איז אַ שכן — איז בײַ זיי אַ נעקסטדאָריקער. אַ שכנה — אַ נעקסטדאָריקע. אַ בעל־הביתטע — אַ לענדלאָריכע. אַלצדינג קאַפּויער.

„אַנומלטן האָב איך געוואָלט קויפֿן אַ האָן אויף שלאָגן כּפּרות. זאָג איך צו דער מיסעס, זי זאָל מיר קויפֿן אַ הון. פֿרעגט זי מיך: ׳אַ הון גאָר? אַ הון איז דאָך פֿאַר מיר!׳ זאָג איך: ׳לאָז אַזוי זײַן — אַ הון פֿאַר מיר און פֿאַר אײַך אַ הין׳. זאָגט זי וווּהין?‟ איז זי דאָך אַ ליטוויטשקע אויך צו די צרות! און בײַ די ליטוואַקעס וועט איר דערגיין אַ מאָל אַ טאָלק? אַז אַ הין איז בײַ זיי אַ הון, און אַ הון אַ האָן — אַ מעשׂה אָן אַן עק! פֿאַל איך אויף אַ המצאה און זאָג איר: „קויפֿט מיר דעם דזשענטלמען פֿון די הינער‟. אַוודאי האָט זי פֿאַרשטאַנען און ערשט דעמאָלט מזכּה געווען מיך מיטן שיינעם וואָרט „אָלרײַט‟, וואָס איז כּמעט אַלץ איינס, וואָס בײַ אונדז „מהיכא־תּיתי, פֿאַר וואָס ניט? אַך מיטן גרעסטן בזיון!‟…

„הײַנט דעם כּבֿוד, וואָס מיר, ייִדן, האָבן דאָרטן! קיין אומה־ולשון איז דאָרט ניט אַזוי געהויבן, געהויכט און געקרוינט, ווי דער ייִד. אַ ייִד איז דאָרט גאָר אַ גאַנצער צימעס. עס איז גאָר אַ ייִחוס, אַז מע איז אַ ייִד. איר קענט באַגעגענען, למשל, סוכּות אַ ייִדן אין מיטן „פֿיפֿטע עוועניו‟ מיט אַ לולבֿ און מיט אַן אתרוג און האָט קיין מורא ניט, מע זאָל אים דערפֿאַר אײַנזעצן. אַז איך זאָג אײַך, אַז מע האָט דאָרט ליב דעם ייִדן, איז דאָך ניט שייך. פֿײַנט האָט מען דאָרט נאָר אַ באָרד און פּאות. „וויסקעס‟ הייסט דאָס אויף זייער לשון. דערזעען זיי אַ ייִדן מיט וויסקעס, לאָזן זיי דעם ייִדן צו רו, נאָר די וויסקעס ציפּן זיי אים אַזוי לאַנג, ביז ער מוז זיי אַראָפּנעמען, אָפּגאָלן. דעריבער זענען דאָרט דאָס רובֿ ייִדן אָן בערד און אָן וואָנצעס. דאָס פּנים גלאַט ווי אַ טעלער. שווער צו דערקענען, ווער ס׳איז אַ ייִד און ווער ניט. אַז ניט קיין באָרד און ניט קיין לשון, סײַדן נאָכן אימפּעט, בעת ער גייט, און נאָכן מאַכן די הענט, בעת ער רעדט… ווײַטער זענען זיי ייִדן. ייִדן מיט אַלע פּיטשעווקעס. היטן אָפּ אַלע ייִדישע מינהגים. האָבן אַלע ליב ייִדישע מאכלים, האַלטן פֿון אַלע ייִדישע מאַכלים, האַלטן פֿון אַלע ייִדישע יום־טובֿים. פּסח איז פּסח. מצות באַקט מען דאָרט אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר, און אויף חרוסת איז דאָ אַ באַזונדערע פֿאַבריק, „אַ פֿעקטאָרי‟ הייסט דאָס דאָרטן. טויזנטער און טויזנטער אַרבעטער זיצן אין דער פֿעקטאָרי און זיי „מאַנופֿעקטשורן‟ חרוסת. און אויך פֿון כּרפּס און פֿון מרור מאַכן דאָרטן ייִדן אַ לעבן — איר שפּילט זיך מיט אַמעריקע?‟

— יאָ, בערל־אײַזיק, דאָס איז אַלצדינג זייער פֿײַן, וואָס דו דערציילסט. דו זאָג נאָך איין זאַך, וואָס מיר וואָלטן וועלן וויסן: מע שטאַרבט דאָרטן אין אַמעריקע אויך אַזוי ווי דאָ? צי מע לעבט דאָרטן אייביק? „מע שטאַרבט, פֿאַר וואָס זאָל מען ניט שטאַרבן? אין אַמעריקע, אַז מע טוט אַ שטאַרב, איז טויזנט און איין טאָג, צען טויזנט, און צוואַנציק טויזנט, און דרײַסיק טויזנט! גאַנצע גאַסן פֿאַלן דאָרטן אײַן! שטעט ווערן אײַנגעזונקען אַזוי ווי קורח!… איר שפּילט זיך מיט אַמעריקע?‟

— שאַ, ווי באַלד אַזוי, וואָס איז מיט זיי דער ייִחוס? שטאַרבן זיי, הייסט דאָס, גלײַך מיט אונדז? „יאָ, שטאַרבן שטאַרבט מען, נאָר ווי אַזוי שטאַרבט מען — אָט דאָס איז די זאַך. און ניט אַזוי נאָר דאָס שטאַרבן. שטאַרבן שטאַרבט מען אומעטום אַלץ איינס. פֿונעם טויט שטאַרבט מען. דער עיקר דאָס באַהאַלטן — אָט וואָס! ערשטנס איז אין אַמעריקע דער אײַנפֿיר, אַז יעדער ווייסט פֿריִער וווּ מע וועט אים באַהאַלטן. וואָרום ער גייט אַליין, נאָר בעת ער לעבט, און קלײַבט זיך אַליין אויס אַן אָרט אויפֿן בית־עולם — „סעמעטעריע‟ הייסט עס דאָרטן — און דינגט זיך אַזוי לאַנג, ביז ער גלײַכט זיך אויס פֿאַרן פּרײַז. נעמט ער די פּלוניתּטע זײַנע און פֿאָרט זיך דורך מיט איר אויף דער סעמעטעריע און זאָגט איר: „זעסטו, נשמה מײַנע? אָט דאָ וועסטו ליגן, אָט דאָ וועל איך ליגן, און דאָרט וועלן ליגן אונדזערע קינדער‟… דערנאָך גייט ער אַוועק אין דעם אָפֿיס פֿון לוויות און באַשטעלט זיך אַ לוויה איבער הונדערט און צוואַנציק יאָר, וואָס פֿאַר אַ קלאַס ער וויל. און קלאַסן זענען דאָרט פֿאַראַן אַזוי גרויס ווי דרײַ. ערשטע, צווייטע, און דריטע קלאַס. ערשטע קלאַס, פֿאַר גאַנץ גרויסע גבֿירים, מיליאָנערן, קאָסט טויזנט דאָלער אַ לוויה. איז דאָס שוין איין מאָל אַ לוויה! די זון שײַנט, אין דרויס איז אַ חיות. די מיטה איז אויף אַ שוואַרצן קאַטאַפֿאַלק, מיט זילבער באַגלייט. די פֿערד זענען אַלע אָנגעטאָן מיט שוואַרצע פּאָפּאָנעס און ווײַסע פֿעדערן. די רעווערענטן — רבנים, חזנים, שמשׂים — אויך אין שוואַרצן מיט ווײַסע קנעפּ, און קאַרעטעס נאָך דער מיטה — אָן אַ שיעור קאַרעטעס! און אַלע קינדער פֿון אַלע תּלמוד־תּורות גייען אויף צו פֿריִער און מע זינגט אויף אַ קול אויסגעצויגן: צדק לפֿניו יהלך וישם לדרך פּעמיו! פֿונעם דאָזיקן געזאַנג קלינגט די שטאָט; אַ קלייניקייט — טויזנט דאָלער?!…

„צווייטע קלאַס איז אויך אַ פֿײַנע לוויה, קאָסט שוין נאָר פֿינף הונדערט דאָלער, און איז שוין ניט דאָס. דער טאָג איז שוין ניט אַזוי פֿויגלדיק. די מיטה איז אויך אַ שוואַרצן קאַטאַפֿאַלק, נאָר אָן זילבער באַגלייט. די פֿערד מיט די רעווערענטן זענען אָנגעטאָן אין שוואַרצן, נאָר אָן פֿעדערן און אָן קנעפּ. קאַרעטעס גייען נאָך, נאָר שוין ניט אַזוי פֿיל. קינדער — נאָר פֿון עטלעכע תּלמוד־תּורות גייען אויף צו פֿריִער און זינגען שוין ניט אַזוי אויסגעצויגן: צדק לפֿניו יהלך — וישׂם לדרך פּעמיו! דאָס זינגען איז טרויעריק, מיטן נוסח ווי מע זאָגט תּהילים — וועדליק פֿינף הונדערט דאָלער…

„דריטע קלאַס איז שוין גאָר אַ געמיינע לוויה און קאָסט אין גאַנצן איין הונדערטער. אין דרויסן איז שוין קיל, כמאַרנעוואַטע. די מיטה אָן אַ קאַטאַפֿאַלק. פֿערד אין גאַנצן צוויי, און רעווערענטן אויך צוויי. קאַרעטעס — קיין איינע ניט. קינדער נאָר פֿון איין תּלמוד־תּורה גייען אויף צו פֿריִער און כאַפּן אָפּ גאָר אָן אַ שום ניגון:

צדק לפֿניו יהלך — וישׂם לדרך פּעמיו.
צדק לפֿניו יהלך — וישׂם לדרך פּעמיו.

און שלעפֿעריק, שטיל, קוים וואָס מע הערט זיי — סך־הכּל הונדערט דאָלער, וואָס קען מען פֿאַר הונדערטער פֿאַרלאַנגען?‟…

— יאָ, וואָס זשע טוט אָבער, בערל־אײַזיק, דער, וואָס פֿאַרמאָגט קיין הונדערטער אויך ניט?

„איז ער טאַקע אויף גרויסע צרות! אָן געלט איז אומעטום שלעכט! דער אָרעמאַן ליגט אַלע מאָל נײַן איילן אין דער ערד!… פֿון דעסטוועגן, מיינט ניט! אין אַמעריקע לאָזט מען דעם אָרעמאַן אויך ניט ליגן ניט קיין באַהאַלטענעם. מע מאַכט אים אַ לוויה אָן געלט, עס קאָסט אים ניט קיין סענט אַפֿילו. אַוודאי איז דאָס אַ טרויעריקע לוויה. קיין שום צערעמאָניעס, קיין סימן פֿון קיין פֿערד און פֿון קיין רעווערענטן. און אין דרויסן ליאַפּעט. נאָר צוויי שמשׂים קומען צו גיין, די שמשׂים פֿון ביידע זײַטן און אין מיטן דער בר־מנין — און אַלע דרײַ שלעפּן זיי זיך נעבעך צו פֿוס גלײַך ביז צום בית־עלמין… אָן געלט, הערט איר, זאָל מען גאָר ניט געבוירן ווערן — אַ פּאַסקודנע וועלט… ווער פֿון אײַך, ייִדן, פֿאַרמאָגט אַן איבעריקן פּאַפּיראָס?‟