Oyneg Shabes

אַלע ייִדישע לידער מיט אַ מאָל

The Entire Yiddish Repertoire at Once

  • Print
  • Share Share

ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן דערקענען מסתּמא בלויז די ייִדישע לידער „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, „טום־באַלאַלײַקע‟ און אפֿשר „בײַ מיר ביסטו שיין‟.

ס׳רובֿ מענטשן וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים אין אַמעריקע דערקענען גלײַך צענדליקער אַנדערע לידער, אַרײַנגערעכנט „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, „אויפֿן וועג שייט אַ בוים‟ און נאָך אַזעלכע גוט באַקאַנטע לידער. די ליבהאָבער פֿון קלעזמער, קענען, פֿאַרשטייט זיך, מער לידער און די חסידים קענען צענדליקער לידער פֿון זייער אייגענעם רעפּערטואַר. עס זענען אָבער דאָ זייער ווייניק מענטשן, וואָס קענען באמת מער ווי אַ פּאָר צענדליק לידער אויף אויסנווייניק.

אין אָט דעם חנעוודיקן ווידעאָ האָבן די קלעזמאָרים בענדזשי פֿוקס־ראָזען און מײַקל ווינאָגראַד פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָפּורי, וואָס באַשטייט פֿון בלויז אַ פּאָר שורות פֿון צענדליקער באַקאַנטע ייִדישע לידער, ווי אַ פּרוּוו צו זינגען „דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר מיט אַ מאָל‟. זיי האָבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט דערגרייכט דעם דאָזיקן אַמביציעזן ציל אָבער זיי האָבן יאָ געשאַפֿן זייער אַן אינטערעסאַנטע קאָמפּאָזיציע.

וויפֿל פֿון די באַקאַנטע (און ווייניק באַקאַנטע) לידער קענט איר דערקענען?