דער חודש שבֿט האָט אונדז געבראַכט
אַ ביסל רעגנס, ליבע, בלאָטע…
װי אַזױ זאָלן מיר ניט דרײען דעם לוח, נאָר דער חודש שבֿט, דער עלפֿטער לױט דער אַלטער ייִדישער צײַט־רעכענונג, איז שױן דאָ. די מקובלים האַלטן, אַז דער חודש שבֿט איז ענג פֿאַרבונדן מיט צװײ װיכטיקע זאַכן, — מיט אַ ריכטיקער געמאָסטענער שפּײַזונג און מיט… גליק. װאָס פּלוצעם „גליק‟? אַלץ איז פּראָסט און פּשוט, דער חודש שבֿט געהערט צום שבֿט אָשר, און דאָס װאָרט „אשר‟ מיט אַ „חולם‟ איז דאָך ניט אַנדערש װי „גליק‟, נאָר ניט דאָס איז דער עיקר. דער עיקר איז, אַז דאָס װאָרט „אָשר‟ באַשטײט פֿון די זעלבע אותיות װי דאָס װאָרט „ראש‟, דער קאָפּ, און דװקא אינעם קאָפּ װערן געבױרן אַלע אונדזערע „גליקן‟, דהײַנו, — די גוטע און שלעכטע מחשבֿות, דאָס גוטע און דאָס בײזע װילן, די גוטע און שלעכטע כּװנות, און װאָס איז ניט װינציקער װיכטיק — די געמאָסטענע און מיאוסע דיבורים, װעלכע זײַנען דאָס הײַטל פֿון אײַער פּריװאַטן שם־טובֿ אָדער שם־רע. קלײַבט זיך, ביטע, אױס דאָס װאָס ס‘געפֿעלט אײַך אַם בעסטן און הײַדאַ אין חודש שבֿט אַרײַן. פֿאַרגעסט נאָר ניט, אַז דװקא אין חודש שבֿט דאַרפֿן מיר אַכט געבן אױף אונדזער געמאָסטענעם מעניו. מיט אײן װאָרט, — האָט אַ קאָפּ אױף די פּלײצעס און טוט אַלץ מיט קאָפּ, און װײַטער ‒ זײַט גליקלעך און פֿרעסט זיך ניט איבער.
אַ סך לעקסיקאָלאָגן און סתּם קלוגע מענטשן װײַזן אָן, אַז דװקא ייִדיש איז אַ סך רײַכער װי אַלע אַנדערע שפּראַכן אין דער צאָל רעדנסאַרטן, װעלכע באַציִען זיך צום קאָפּ. שלום־עליכם, נאָך אין דער צײַט פֿון זײַן שעפֿערישער יוגנט, האָט באַמערקט אין זײַן ראָמאַן „סטעמפּעניו‟: „דער קאָפּ שפּילט בײַ אונדז, ייִדן, די גרעסטע ראָלע, מער װי אַלע רמ”ח אבֿרים. אַ קאָפּ, אַ קעפּעלע, אָט דאָס איז בײַ אונדז דער עיקר אַנטיק‟. הײַנט זעט דער אױסדרוק אױס זײער פֿאַרשטענדלעך און פּשוט, אָבער מע דאַרף ניט פֿאַרגעסן, אַז אַ לענגערע צײַט פֿון דער מענטשהײטס געשיכטע האָט מען געהאַלטן, און מ’איז געװען זיכער, אַז דער צענטער פֿון די מחשבֿות און געפֿילן געפֿינט זיך אין האַרצן אָדער אין די נירן. נאָר אין דער גמרא־צײַט האָט מען אָנגעהױבן זיך באַציִען צום קאָפּ, צום מוח, װי צו דעם װיכטיקסטן אבֿר פֿון מענטשנס קערפּער, און דװקא דעמאָלט האָט מען אַרײַנגעטראָגן אין דער גמרא (יבמות, ט’) אַן אױסדרוק, פֿון װעלכן װערט קלאָר, אַז ייִדן האָבן שױן דעמאָלט אָנגעטאַפּט, אַז קודם־כּל, דאַרף מען אױסגעפֿינען די פֿאַרטיקע נאַראָנים, און די, װעלכע װעלן בלײַבן, קען מען שױן רעכענען פֿאַר אַ שטיקל חכם, און מע האָט גלײַך אַרײַנגעהאַקט װי אין װעלט אַרײַן: אין לו מח בקדקדו, ער האָט ניט קײן שׂכל אין זײַן שאַכטל. פֿון דעם איז מען גלײַך געקומען צו אַ מסקנא, — „אַז דער קאָפּ איז אַ נאַר, מוז דער גאַנצער גוף פֿאַרשװאַרצט װערן‟, אָדער נאָך שענער: „אַז דער קאָפּ איז אַ נאַר, ליגט דער גאַנצער גוף אין דר’ערד‟. אָט אַזױ… אַז די גמרא האָט שױן געװיזן דעם װעג צו דער הױלער חכמה, גלײַך האָבן זיך די ייִדן גענומען צוטײלן כּלערלײ טיטלען צו די בכּבֿודיקע נעבעכלעך: ס’איז ניט פֿאַר זײַן קאָפּ, ס’איז ניט פֿאַר זײַן מוח; אָ, ער איז אַ קאָפּ־מוח, ער איז אַ גאַנצער קאָפּ־מוח־מאַגיסטראַט, ער האָט, נעבעך, אַ קאָפּ װי אַ ראַטהױז! ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז די טיטלען האָבן אױסגעטראַכט די פֿאַרשטעלטע שמדניקעס מיט צעקאַליעטשעטע קעפּ, װײַל אױב ניט, װער דען האָט נאָך געקענט זאָגן אױף אַ ייִדן: „װען דאָס װאָלט פֿון זײַן קאָפּ אַרױס ‒ װאָלט עס אים אַ שטיק געהירן מיטגעריסן‟.
װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, אומעטום דאַרף מען האָבן אַ פּראָטעקציע, און דאַן װעט איר האָבן — האָ־אָ, אַ גוטער קאָפּ, אַ װױל קעפּל, אַ קלוגער רמאַי, אַ גרױסער קאָפּ. און בכלל, עס װײַזט אױס, אַז ס’איז כּדאַי צו זײַן אַ ליטװאַק, װײַל, „אַ װאָלינער האָט אַ שמאָלן מוח און אַ ברײטע קישקע‟ אין אונטערשײד צו אַ ליטװאַק, װאָס „האָט אַ ברײטן מוח און אַ שמאָלע קישקע‟. די שיכּורים האָבן אַ „שװערן קאָפּ‟, די בעל־עגלות האָבן „גראָבע קעפּ‟. און אַרום און אַרום שװעבן אין דער לופֿטן ‒ פֿליקעפּ, דרײקעפּ, די קעפּ אױף שרױפֿן, די קעפּ אױף רעדער, שאַרפֿע קעפּ, איבערגעשפּיצטע קעפּ, פּלאַטשיקע קעפּ, פֿאַרשטאָפּטע קעפּ, הױלע און פּוסטע קעפּ, לײַכטע קעפּלעך, פּױערישע קעפּ און גױיִשע קעפּ. בײַ דער זײַט זיצן די פֿײַערדיקע קעפּ און שמועסן מיט די אײַזערנע קעפּ. שױן גאָר בײַ דער זײַט, אַזױ רחמנותדיק און נעבעכדיק, קװעטשן זיך די זײער אײדעלע באַשעפֿענישן, אָבער יעדער אײנער — ממש אַ דענקמאָל — אַ מושבֿ־קאָפּ, אַ קאָפּ אַ מחילה, אַ צלם־קאָפּ און, כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד — אַ קאָפּ מיט טינוף. דאָס איז נאָר אַן אָנהײב, אַזױ צו זאָגן, אַ פּאָר װערטער אױפֿן שפּיצמעסער. אָבער, עס װערט גאַנץ קלאָר, אַז אַזױ פֿיל כּלערלײ קעפּ, װי די ייִדן פֿאַרמאָגן, האָט קײן אײן אַנדער פֿאָלק ניט, און כּדי צו פֿאַרשטײן דאָס, דאַרף מען „נעמען אַ שטעקן און אַרױסשלאָגן זיך פֿונעם קאָפּ‟ אַלע נאַרישקײט, מיט װעלכע איך האָב אײַך הײַנט מכבד געװען.
האָט מיר אַ גוטן חודש, מײַנע ליבע דאַמען און הערן. און פֿאַרגעסט ניט — אַ שמאָלע קישקע איז אַ חבֿרטע פֿונעם ברײטן מוח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.