הײַנט װױן איך אין אַ מאָדנעם ייִשובֿ. אַדמיניסטראַטיװ געהערט ער צו אײן שטאָט, כאָטש געאָגראַפֿיש געפֿינען מיר זיך אין אַן אַנדער שטעטל. אױך די באַפֿעלקערונג איז אַ פֿילפֿאַרביקע, אָבער גאַנץ פּאַרעװע — אַ ביסל װײַס, אַ ביסל שװאַרץ, אַ ביסל רױט, אַ ביסל געל. מיט אײן װאָרט, ישׂראל.
נאָר װאָס? די נעמען פֿון די אױטאָבוס־אָפּשטעלונגען אין אונדזער ייִשובֿ זײַנען װי אַ טוריסטישער װעגװײַזער אין ליטע: פּאָנעװעזש (די פּאָנעװעזשער ישיבֿה), גאָראָדענאַ (אַזױ רופֿן די שאָפֿערן אָן די גראָדנער ישיבֿה) אאַז”װ. אױך די תּושבֿים פֿירן זיך אַלע אױף װי געבױרענע ליטװאַקעס, װי אַלע װאָלטן זיך אָנגעזאַפּט מיט שלמה באַסטאָמסקיס הקדמה צו דער צװײטער אױפֿלאַגע פֿון זײַן זאַמלונג „ייִדישע פֿאָלקסרעטענישן‟ (װילנע, 1923):
„די תּלמודישע דערציִונג, די געבױרענע חריפֿות, די סוחרישע לעבנס־געניטשאַפֿט האָט אױסגעאַרבעט בײַ ייִדן, בפֿרט בײַ די ליטװישע ייִדן, אַ ליבע צו אַלץ, װאָס ס’איז שׂכלדיק, שאַרפֿזיניק, צו פֿאַרשידענע פֿאַרפּלאָנטערטע מאַטעמאַטישע אײַנפֿאַלן, צו רעטענישן, װערטערשפּילן, ביז מינחה למערבֿ. אין די װינטערדיקע אָװנטן פֿלעגן אונדזערע זײדעס און עלטער־זײדעס ליב האַבן זיך אַװעקזעצן און אױספּרובירן אײנער בײַם אַנדערן דעם שׂכל; פֿלעגן זיך אַריבערשטײַגן אין חריפֿות, געפֿינען פֿאַרשידענע סתּירות, שטעלן פֿאַרשײדענע שׂכלדיקע פֿראַגעס, אױסטראַכטן פֿאַרשײדענע שפּראַכקונצן. אַזױ פֿלעגן זײ פֿאַרברענגען די צײַט‟.
עס װײַזט אױס, אַז די ייִדישע סעמאַנטיק (סײַ װערבאַלע, סײַ באַדײַטלעכע און סײַ לאָגישע) איז מיט הונדערט יאָר צוריק געװען אַ ביסל אַנדערש, װײַל פֿון צען געלערנטע ייִדן, װעלכע כ’האָב געשטעלט אַ פֿראַגע פֿון באַסטאָמסקיס זאַמלונג, האָט קײן אײנער ניט געטראָפֿן דעם ריכטיקן ענטפֿער. מילא, נײַע צײַטן, נײַע לײַטן…
נו, באמת, פּרוּװט טרעפֿן: „װאָס זעט דער קיסר זעלטן, דער פּאַסטעך שטענדיק, און גאָט — קײן מאָל ניט?‟ און דער ענטפֿער איז, זײַן גלײַכן.
און איצט: װאָס איז בײַ אַ רבֿ העכער פֿאַרן (פֿונעם) שׂכל? ריכטיק, די יאַרמלקע, נאָר כּדי צו טרעפֿן, דאַרף מען װיסן, אַז בײַ אַ ליטװאַק איז „שׂכל‟ געװען אַ סינאָנים צום װאָרט „קאָפּ‟.
און אָט איז אַ רעטעניש מיט אַ שפּיצל, מיט אַ הינטערשיסל: פֿאַר װאָס זײַנען ייִדן אַזױ אָרעם? אָט, הערט אַ פֿילאָסאָפֿיש־רעליגיעזן ענטפֿער: דער ייִדישער גאָט, ברוך הוא, לעבט אײביק, און ייִדן קענען אים ניט ירשענען.
און אפֿשר װײסט איר, פֿאַר װאָס האָט אַ ייִד קײן מורא ניט פֿאַרן טױט? האַלט זיך פֿאַר די פּערענטשעס און פֿאַלט ניט פֿונעם שטול: בשעת דער טױט איז דאָ, איז דער ייִד ניטאָ, בשעת דער ייִד איז דאָ, איז דער טױט ניטאָ. ניט מײן און ניט מינער…
פֿאַר װאָס קרײט אַ האָן מיט צוגעמאַכטע אױגן? װײַל ער קען זײַן „תּורה‟ אױף אױסנװײניק.
און אפֿשר װײסט איר, פֿאַר װאָס טאָר אַ בעל־עגלה קײן סמעטענע ניט עסן? װײַל ער איז ניט קראַנק צו עסן זױערמילך. אָט אַזױ, אַ בעל־עגלה מוז דאָך קריגן זײַנס…
און איצט אַ רעטעניש, אױף װעלכן ס׳האָט געקענט ענטפֿערן יעדער ייִדישער חדר־ייִנגל: װער איז ניט געבױרן געװאָרן און דאָך געשטאָרבן? ריכטיק, אָדם־הראשון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.