די ייִדישע פּאָעטעסע קאַדיע מאָלאָדאָווסקי איז הײַנט צום מערסטן באַקאַנט, אַ דאַנק אירע ערנסטע לידער פֿאַר דערוואַקסענע, בפֿרט פֿאַר איר חורבן־ליד „אל־חנון‟. „אל־חנון‟ איז באַקאַנט דעם אַמעריקאַנער עולם, ווײַל מע האָט עס אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דעם באַקאַנטן חורבן־פֿילם Defiance (צולהכעיס). נאָך אירע ענרנסטע פֿינצטערע לידער איז מאָלאָדאָווסקי אויך געווען אַן אויסגעצייכנטע שאַפֿערין פֿון קינדער־לידער. פֿאַר דער מלחמה איז זי גוט באַקאַנט געווען צווישן די קינדער אין די ייִדישע וועלטלעכע שולן. אין די 1950ער יאָרן זענען אַ פּאָר פֿון אירע קינדער־לידער איבערגעזעצט געוואָרן אויף עבֿרית אין ישׂראל. די לידער זענען שטאַרק אויסגענומען בײַ די סאַברעס און זענען שוין באַקאַנט דרײַ דורות ישׂראלידקע קינדער.
קאַדיע מאָלאָדאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין אַ ווײַסרוסישן שטעטל אין 1894 און האָט געאַרבעט אַ סך יאָר ווי אַ לערער, לכתּחילה אין פֿאַרשידענע יתומים־הײַזער און דערנאָך אין די שולן. בײַם אָנהייב איז זי געווען אַ העברעיִסטקע און האָט געלערנט אין די תּרבות־שולן, שפּעטער האָט זי געאַרבעט אין די „צישאָ‟־שולן אין וואַרשע. זי האָט פֿאַרלאָזט פּוילן און איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1935. אין 1952 האָט זי עולה געווען קיין ישׂראל.
צווישן אירע באַקאַנסטע קינדער־לידער איז דאָס חנעוודיק ליד „אָלקע מיט דער בלויער פּאַראַסאָלקע‟. אויבן קען מען הערן ווי די פּאָעטעסע האָט פֿאָרגעלייענט דאָס ליד.
ווי אַ סך ייִדישע שרײַבער אין די 1960ער יאָרן איז קאַדיע מאָלאָדאָווסקי געפֿאָרן קיין מאָנטרעאָל, כּדי צו האַלטן רעפֿעראַטן בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. איינער פֿון יענע רעפֿעראַטן, וואָס די דיכטערין האָט געהאַלטן דעם 7טן יוני 1965, קען מען הערן אָט דאָ.
מאָלאָדאָווסקי האָט אויך געמאַכט אַ לענגערן אינטערוויו מיטן דיכטער און קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק, אין וועלכן זי האָט פֿאָרגעלייענט פֿון אירע לידער. דעם אינטערוויו קען מען הערן אָט דאָ:
ביידע רעקאָרדירונגען זענען דיגיטאַליזירט געוואָרן דורכן „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס.
די ייִדיש־לערערקע אַסיע ווײַסמאַן האָט אָנגעשריבן מוזיק צו פֿאַרשידענע קינדער־לידער פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי. אָט זינגט זי איר נוסח פֿון מאָלאָדאָווסקיס ליד „פֿאַלנדיקע שטערן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.