אַ פֿאָלק, װאָס קען זיך דערלױבן חוזק מאַכן פֿונעם טױט, מוז זײַן זיכער אין זײַן צוקונפֿט. די מחיצה צװישן הומאָר און דער חוצפּהדיקער גראָבקײט איז אַזױ דין, אַז ניט בלויז דער דערצײלער, נאָר אױך די איבערדערצײלער מוזן זײַן פֿאָרזיכטיק און אײדל. דערצו נאָך דאַרף מען װיסן, װען און װעמען דערצײלט מען אַזעלכע שײנע מעשׂהלעך.
נאָכן קורצן איבערבליק פֿון דער מאָדערנער פּאָפּולערער ליטעראַטור־און קינאָ־פּראָדוקציע װערט קלאָר, אַז די צאָל װערק מיט אומצאָליקע קרבנות איז ממש ניט פּראָפּאָרציאָנעל דער צאָל װערק מיט אײנפֿאַכע הומאַנישע סוזשעטן. דער טױט, װי אַ שרעקלעכע שױדערלעכע דערשײַנונג, האָט פֿאַרלױרן איר תּנ”כישן מאָראַלישן מײן. אין פֿאַרגלײַך מיט די הײַנטצײַטיקע ”פֿרײלעכע” קרימינעלע שעדעװרען, זעען אױס די ייִדישע ”שװאַרצעװאַטע” אַנעקדאָטן װי אַ תּמימותדיקער קינדער־שפּאַס.
* * *
חודש אלול. אַ ייִד קומט אױפֿן בית־עולם צו קבֿר־אָבֿות און זעט װי זײַנער אַ באַקאַנטער שטײט לעבן אַ קבֿר און בעתן זאָגט דעם מענה־לשון קרעכצט ער אַלע מאָל אױס:
‒ אױ, פֿאַר װאָס ביסטו געשטאָרבן? פֿאַר װאָס ביסטו אַזױ יונג אַװעק פֿון דער װעלט?
פֿרעגט אים דער ייִד:
‒ װער איז דאָס דער טױטער, נאָך װעמען קלאָגסטו אַזױ? דײַן פֿאָטער אָדער דײַן ברודער?
‒ נײן, ‒ ענטפֿערט דער װײנענדיקער ייִד, ‒ דאָס איז מײַן װײַבס ערשטער מאַן.
* * *
אַ פֿרױ איז, נעבעך, אָפּגעלעגן אַ פּאָר חדשים אין אַ קראַנקנבעט און סוף־כּל־סוף דערפֿילט, אַז, ניט פֿאַר אונדז געדאַכט, אָט־אָ־טאָ… האָט זי צוגערופֿן איר מאַן און אים געבעטן:
‒ דו זעסט דאָך, מײַן ליבער מאַן, אַז דער סוף מײַנער קומט שױן באַלד. דו װײסט דאָך, אַז כ’בין דיר שטענדיק געװען געטרײַ, בעט איך דיך, אַז דו זאָלסט מיר צוזאָגן, אַז װעסט חתונה האָבן מיט מײַן יונגער קוזינקע, פּערעלע. איך װיל ניט, אַז דו זאָלסט געבן אונדזערע קינדער אַ פֿרעמדע שטיפֿמאַמע.
‒ סטײַטש, ‒ רופֿט זיך אָן דער מאַן, ‒ װאָס רעדסטו עפּעס?… דו װעסט געזונט װערן און מיר‘ן נאָך לעבן צוזאַמען אַ סך יאָר. און צװײטנס, דאַרפֿסטו זיך גאָר ניט זאָרגן. איך האָב שױן אַלײן לאַנג געטראַכט װעגן נעמען דײַן קוזינקע.
* * *
אַ ייִד האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן. רופֿט ער צו זײַן װײַב און זאָגט צו איר:
‒ מילא, דו זעסט דאָך, אַז איך מוז גײן. בעט איך בײַ דיר אײן זאַך: אַז װען דו װעסט גײן אױף מײַן לװיה, זאָלסטו אָננעמען מײַן מאַמע בײַ דער האַנט און גײן מיט איר אין אײנעם דעם גאַנצן װעג.
‒ גוט, ‒ ענטפֿערט די פֿרױ, ‒ אױב דאָס איז דײַן צװאה, מוז איך דײַן װוּנטש נאָכקומען. אָבער, װיסן זאָלסטו, אַז איך װעל פֿון דײַן לװיה שױן קײן הנאה ניט האָבן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.