Oyneg Shabes

„אומגלייבלעך‟ — אַ חסידישע שפּיל

Unbelievable – a new Hasidic Play

  • Print
  • Share Share

אַזוי ווי יעדעס יאָר וועלן הײַיאָר פֿאָרקומען אַ ריי שפּילן אויף דער חסידישער גאַס חול־המועד סוכּות. אין די לעצטע פֿינף־צען יאָר זענען די שפּילן געוואָרן אַלץ מער פּראָפֿעסיאָנעל, און עס האָבן זיך געגרינדעט אַ פּאָר גרויסע טעאַטראַלע טרופּעס, וואָס שטעלן פֿאָר פּיעסעס פֿאַר אַ ריזיקן עולם חסידישע קינדער אין זאַלן אויף די קאַמפּוסן פֿון אוניווערסיטעטן, און אַפֿילו אויף די ריזיקע קוישבאַל־אַרענעס.

איינער פֿון די הײַיאָריקע פֿאָרשטעלונגען הייסט „אומגלייבלעך‟. די שפּיל, אַ קאָמעדיע, וואָס קומט פֿאָר אין פֿראַנקרײַך, וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן בײַם „ניו־יאָריקער שטאַטישן אוניווערסיטעט‟ אין פּערטשיס, ניו־יאָרק. דער בדחן און דראַמאַטורג יקיר בראַון האָט אָנגעשריבן די שפּיל, וואָס ווערט פּראָדוצירט דורך חיים איצקאָוויץ.

אָט קען מען דאָ זען אַ רעקלאַמע פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג, וואָס ווײַזט איר אַבסורדישן סטיל פֿון הומאָר.