Oyneg Shabes

לוסטיקע מעשׂיות װעגן עם־הארצים

Amusing Stories of Fools

  • Print
  • Share Share

הײַנט, אין חודש אלול, צען טעג פֿאַר ראָש־השנה, װען אַ טײל פֿון אונדזערע אחינו־בני־ישׂראל לױפֿט יעדן אין דער פֿרי צו די סליחות, און לאָזט אַפֿילו זיך אין װײַטן װעג אַרײַן אױפֿן קבֿר־אָבֿות, איז גאָר ניט איבעריק זיך צו דערמאָנען, אַז דאָס לעבן איז פֿילפֿאַרביק, און אַ גוט געלעכטער רײניקט אָפּ די אױערן און די הערצער ניט ערגער פֿון די קאָנװענציאָנעלע רפֿואות, תּפֿילות און שופֿר־בלאָזן. און אױב מע רעדט שױן װעגן די סליחות־טעג, צי קען מען דען ניט דערמאָנען יעדן טאָג און יעדע געשעעניש פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, און דערצו נאָך שעפּן נחת פֿון די פֿרײלעכע עם־הארצים, װעלכע מאַכן אונדזער לעבן אַזױ לוסטיק און מלא־שׂימחה?

די שלעכטע עליה

אַ חשובֿער ייִד, נאָר אַ גרױסער עם־הארץ, איז שבת אױפֿגערופֿן געװאָרן צו דער תּורה און פּונקט צו דער פּרשה מיט די עשׂרת־הדיברות. איז ער אָנגעפֿאַלן מיט כּעס אױפֿן שמשׂ:

— סטײַטש, איר האָט שױן ניט געהאַט װעמען אױפֿרופֿן צו דער תּוכחה? (תּוכחה — קאַפּיטלען „ויקראָ‟ און „דבֿרים‟ אין תּנ”ך, װוּ עס װערן אױסגערעכנט די שרעקלעכע שטראָפֿן װאָס װאַרטן אױף ייִדן, אױב זײ װעלן ניט טאָן לױטן גאָטס געבאָט).

דער שמשׂ שװערט זיך, אַז עס איז ניט די תּוכחה, נאָר עס העלפֿט ניט. כּדי איבערצײַגן דעם שמשׂ, רופֿט דער „חשובֿער ייִד‟ זײַנעם אַ חבֿר און בעט אים:

— קוק נאָר אַרײַן אין דער תּורה און זאָג מיר, צי איז דאָס ניט די תּוכחה?

דער פֿרײַנד זײַנער טוט זיך אָן די ברילן, קוקט אַרײַן אין דער תּורה און זאָגט:

— די תּוכחה איז דאָס טאַקע ניט, נאָר עס איז עפּעס גלאַט אַ שלעכט שטיקל סחורה.

די מיצװה פֿון מיקװה

אױף אַ יערלעכער אַסיפֿה פֿון די פֿרומע אַמעריקאַנער פֿרױען האָט מען אַ מאָל אײַנגעלאַדן אַ באַקאַנטן רעדנער, אַ פּאָפּולערן סאָציאַליסט און ציוניסט. האָט דער רעדנער זײער עמאָציאָנעל פֿונאַנדערגעװיקלט דעם ענין פֿון גאולת־הארץ און דערקלערט, אַז דער באָדן איז הײליק, װײַל דער באָדן איז אונדזערער, זינט מיר זענען געװאָרן אַ פֿאָלק. און אַזױ האָט ער גערעדט און גערעדט, און געהאַלטן אין אײן איבערחזרן דאָס װאָרט „באָדן‟. רופֿט זיך אָן שטילערהײט אײן ייִדענע צו אַ צװײטער:

— זעט איר שױן, סאָסיע, װי אַ ייִדישע קישקע קען מען ניט אָפּשאַצן?! עס דאַכט זיך, דער מאַן איז אַ „ציציליסט‟, און פֿונדעסטװעגן, האַלט שטאַרק פֿון אײנער פֿון אונדזערע װײַבערישע מיצװת, צו באָדן זיך.

אַ פּרוש אױף אַ פּסוק

אַ ייִד, װאָס האָט אַ מאָל געהאַט אַ ידיעה אין די קלײנע אותיות, האָט אָבער אין פֿאַרלױף פֿון יאָרן פֿאַרגעסן די גאַנצע תּורה, נאָר סליחות־טעג האָט ער זיך טאַקע אַרײַנגעכאַפּט אום שבת אין שיל אַרײַן און געװאָלט באַװײַזן זײַן לומדות. װי דער שטײגער איז, האָט מען נאָכן דאַװנען דערלאַנגט אַ גרױסן און אַ שײנעם קידוש. דער ייִד האָט זיך געלאָזט װױלגײן און איז געװאָרן פֿײַן בגילופֿין. עס האָט זיך אים פֿאַרגלוסט מהנה זײַן דעם עולם, האָט ער אָפּגעהאַלטן לכּבֿוד דעם קהל אַזאַ דרשה:

— „ידין בגױם‟, אַז ייִדן זײַנען צװישן פֿעלקער, „מלא גױות‟, טרינקען זײ פֿולע בעכערס, „מחץ ראָש‟, עס טוט זײ װײ דער קאָפּ, אָבער „על ארץ רבה‟, אַז זײ װעלן קומען קײן ארץ־ישׂראל, „מנחל בדרך ישתּה‟, װעלן זײ מעגן אױסטרינקען אַ גאַנצן טײַך משקה, „על כּן ירום ראָש‟, װעט זײ שױן טאַקע ניט װײ טאָן דער קאָפּ…