אַ מאָל איז געווען אַ ייִנגעלע. האָט מען אים גערופֿן בערעלע.
האָט בערעלע געמיינט, אַז ער איז איין בערעלע אויף דער וועלט, און ער מעג אַלעמען שלאָגן, און ער מעג אַלעמען הרגענען.
האָט דערפֿאַר קיין ייִנגל ניט געוואָלט שפּילן זיך מיט אים. אַלע ייִנגלעך פֿלעגן פֿון אים אַנטלויפֿן און זיי פֿלעגן זינגען:
בערעלע קאַפּערעלע,
לאָקשן דרערעלע!
גיי אין וואַלד
און כאַפּ אַ בערעלע,
גיי אין גאָרטן
און רײַס אויס אַ מערעלע.
גיי צום שנײַדער
און נעם אַ שערעלע.
בערעלע קאַפּערעלע,
לאָקשן דרערעלע!
און בערעלע האָט ניט געוואָלט לײַדן, וואָס די ייִנגלעך רופֿן אים אַזוי. פֿלעגט ער נעמען יאָגן זיך נאָך זיי, און וועמען ער פֿלעגט כאַפּן, פֿלעגט ער שלאָגן און הרגענען. פֿלעגן די ייִנגלעך נעמען ווײַטער זינגען:
בערעלע, בערעלע,
גיי אין וואַלד!
גיי אַוועק,
און קום ניט באַלד.
זײַ אין וואַלד
אַ גאַנצע נאַכט,
טיר און לאָדן
צוגעמאַכט.
בערעלע, בערעלע,
גיי אין וואַלד!
וועט דיר זײַן
דאָרטן קאַלט.
האָט בערעלע דערזען, אַז ער האָט ניט מיט וועמען צו שפּילן זיך, איז ער אַוועק אין וואַלד אַרײַן.
גייט ער און גייט, אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט, ביז ער איז געקומען צו אַ הייל. איז די הייל געווען פֿאַרשטעלט מיט אַ גרויסן קלאָץ, און בערעלע האָט ניט געקענט אַרײַנגיין.
קלאַפּט ער אָן:
— עפֿן, עפֿן מיר,
עפֿן אויפֿעט
מיר די טיר!
ברומט אַרויס אַ קול פֿון אינעווייניק און פֿרעגט:
— ווער איז דאָרט?
ווער קלאַפּט אין טיר?
וועלכע חיה קומט צו מיר?
ענטפֿערט בערעלע:
— עפֿן אויפֿעט
מיר די טיר,
בערעלע איז דאָס,
קומט צו דיר.
ברומט ווידער אַרויס דאָס קול פֿון הייל:
— בערעלע איז דאָס? פֿון וועלכן וואַלד קומסטו?
ענטפֿערט בערעלע:
— איך קום ניט פֿון אַ וואַלד. איך קום פֿון אַ שטאָט.
ברומט ווײַטער אַרויס דאָס קול פֿון אינעווייניק:
— גיי ווײַטער, וועסט אַן אַנדערן נאַרן. ניטאָ אין שטאָט קיין בערעלעך. אין וואַלד זײַנען דאָ בערעלעך.
זאָגט בערעלע:
— גיי אַרויס, וועסטו זען, אַז איך זאָג דיר קיין ליגן ניט. איך זאָג דיר, אַז איך בין בערעלע.
האָט זיך געעפֿנט די הייל, און פֿון הייל איז אַרויס אַ בערעלע, טאַקע אַן אמת בערעלע, פֿון וואַלד אַ בערעלע, מיט אַ בערישער פֿעל, פֿול מיט האָר, און מיט פֿיר בערישע לאַפּעס, ניט קיין צוויי פֿיס ווי בײַ אַ מענטשן, נאָר אַן עק, קוים וואָס מע זעט, טאַקע ווי אַ בער אָן אַן עק. האָט דאָס בערעלע דערזען, האָט ער זיך זייער דערשראָקן, ווײַל ער האָט נאָך קיין מאָל אין זײַן לעבן קיין בערעלע ניט געזען, אַן אמת בערעלע, אַ בערעלע פֿון וואַלד.
רופֿט זיך צו אים אָפּ בערעלע פֿון וואַלד:
— שרעק זיך ניט, בערעלע־ייִנגעלע. איך זע שוין ווער דו ביסט. איך ווייס שוין, ווער דו ביסט. האָב קיין מורא ניט, איך וועל דיך ניט אויפֿעסן.
פֿרעגט בערעלע־ייִנגעלע:
— און אַז דו וועסט וועלן עסן?
ענטפֿערט בערעלע פֿון וואַלד:
— אַז איך וועל וועלן עסן, וועל איך עסן האָניק. בערעלעך פֿון וואַלד עסן ניט קיין בערעלעך־ייִנגעלעך. בערעלעך פֿון וואַלד האָבן האָלט האָניק.
פֿרעגט בערעלע־ייִנגעלע:
— און וווּ נעמסטו האָניק?
ענטפֿערט בערעלע פֿון וואַלד:
— בײַ די בינען נעם איך האָניק.
זאָגט בערעלע־ייִנגעלע:
— איך וויל אויך עסן האָניק. לאָמיך בלײַבן בײַ דיר.
זאָגט בערעלע פֿון וואַלד:
— רעכט, בלײַב בײַ מיר, און דו וועסט אויך עסן האָניק. אָבער געדענק, דו זאָלסט ניט גיין צו די בינען נאָך האָניק, וואָרעם זיי וועלן דיך צעבײַסן. דו זיץ דאָ, איך וועל דיר שוין ברענגען האָניק. איך האָב פֿאַר די בינען קיין מורא ניט, וואָרעם בײַ מיר איז אַ גראָבע פֿעל, און זיי קענען מיך ניט בײַסן. און אַז ס’איז גאָר שלעכט, גיב איך זיי אַ פּאַטש מיט מײַן לאַפּע. זעסט, ס’אַראַ גרויסע זי איז און ס’אַראַ שטאַרקע!
איז בערעלע־ייִנגעלע געבליבן בײַ בערעלען פֿון וואַלד, און בערעלע פֿון וואַלד איז אַלע טאָג געגאַנגען צו די בינען און האָט געבראַכט פֿולע לאַפּעס מיט האָניק פֿאַר בערעלע־ייִנגעלע. און בערעלע־ייִנגעלע האָט געגעסן די האָניק און זיך באַלעקט, ווײַל איר ווייסט דאָך, אַז האָניק איז זיס און געשמאַק.
אַזוי איז אַוועק איין טאָג, און צוויי, און דרײַ, און פֿיר, ביז עס איז מיאוס געוואָרן דעם בערעלע־ייִנגעלע צו זיצן אין הייל בײַ דעם בערעלע פֿון וואַלד און וואַרטן אויפֿן האָניק, וואָס בערעלע פֿון וואַלד פֿלעגט אים ברענגען אַלע טאָג. האָט זיך דעם בערעלע־ייִנגעלע פֿאַרוואָלט גיין אַליין צו די בינען נאָך האָניק, און זען, ווי אַזוי די בינען גיבן דאָס דעם האָניק.
האָט זיך בערעלע־ייִנגעלע אָפּגעגנבֿעט פֿון דעם בערעלע פֿון וואַלד און איז אַוועק צו די בינען. קומט ער צום בינשטאָק, אַוווּ די בינען מאַכן זייער האָניק, און ער קלאַפּט אָן:
— עפֿנט, עפֿנט מיר,
עפֿנט אויפֿעט
מיר די טיר!
הודזשען אַרויס אַ סך קולות פֿון אינעווייניק און פֿרעגן:
— ווער איז דאָרט?
ענטפֿערט בערעלע:
— עפֿנט אויפֿעט,
עפֿנט גיך,
בערעלע, בערעלע
רופֿט מען מיך.
האָבן די בינען געמיינט, אַז דאָס איז בערעלע פֿון וואַלד, וואָס קומט צו זיי אַלע טאָג נאָך האָניק, האָבן זיי געעפֿנט דאָס טירעלע פֿון בינשטאָק. זעען זיי, עס שטייט גאָר פֿאַר זיי אַ ייִנגעלע, אָן האָר אויפֿן פּנים און אָן האָר אויף די הענט. האָבן זיי גענומען הודזשען און זינגען:
— דו ביסט ניט בערעלע,
בערעלע פֿון וואַלד,
זאָלסט אַנטלויפֿן
פֿון אונדז באַלד.
דו גייסט ניט באָרוועס,
גייסט אין שיך,
זאָלסט אַנטלויפֿן
טאַקע גיך.
האָט בערעלע־ייִנגעלע ניט געוואָלט אַנטלויפֿן. שטרעקט ער אויס זײַנע נאַקעטע הענטעלעך צו כאַפּן דעם האָניק בײַ די בינען. זענען די בינען אים באַפֿאַלן און האָבן גענומען בײַסן זײַנע נאַקעטע הענטעלעך. האָט בערעלע־ייִנגעלע גענומען וויינען און בעטן זיך בײַ די בינען:
— איך וויל ניט אײַער האָניק, איך וויל ניט אײַער ביס.
האָבן די בינען אויף אים רחמנות געקראָגן און זיי האָבן אים אָפּגעלאָזן. איז ער אַוועק צוריק אַהיים צום בערעלע פֿון וואַלד. ער האָט אָבער פֿאַרבלאָנדזשעט און ניט געקענט געפֿינען די הייל פֿון דעם בערעלע פֿון וואַלד. איז אים געוואָרן זייער אומעטיק. האָט ער געוואָלט גיין צוריק אַהיים אין שטאָט אַרײַן. איז ער געגאַנגען און געגאַנגען, אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט, ביז ער איז אַרויס פֿון וואַלד. דערנאָך איז ער ווײַטער געגאַנגען און געגאַנגען, ביז ער איז געקומען אַהיים. צוריק אין שטאָט, און ער האָט געפֿונען אַלע ייִנגלעך וואַרטן אויף אים.
האָט בערעלע דערציילט די ייִנגלעך אַלצדינג, וואָס ער האָט געזען אין וואַלד. ער האָט זיי דערציילט, אַז ער איז ניט איין בערעלע אויף דער וועלט, אַז אין וואַלד איז אויך דאָ אַ בערעלע און בינען מיט האָניק. און ער האָט זיי אויך דערציילט, ווי די בינען האָבן אים געביסן.
זאָגן צו אים די ייִנגעלעך:
— גיי ניט, בערעלע, מער אין וואַלד. מיר זעען שוין, אַז דו ביסט געוואָרן אַ גוט ייִנגעלע און דו וועסט אונדז מער ניט שלאָגן און מער ניט הרגענען. בלײַב מיט אונדז אין שטאָט, און מיר וועלן זיך מיט דיר אַלע שפּילן.
איז בערעלע געבליבן אין שטאָט, און די ייִנגעלעך האָבן זיך מיט אים געשפּילט, און זיי האָבן אַלע געלעבט צוזאַמען, אַזוי ווי גוטע חבֿרים דאַרפֿן לעבן.
אַ פֿלעקעלע אַרײַן, אַ פֿלעקעלע אַרויס. די מעשׂה לאָזט זיך אויס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.