Oyneg Shabes

אינעווייניק אין שטאָט (פֿינף־און־צוואַנציקסטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

In the City (Chaper XXV of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/188053/

Aharon Gudelman

דער טויער פֿון שטאָט איז געווען פֿאַרשלאָסן פֿון אינעווייניק, און דער רײַטער האָט אָנגעקלאַפּט:

— איינס און צוויי און דרײַ —

געפֿאַר איז שוין פֿאַרבײַ!

דער טויער האָט זיך אָבער ניט געעפֿנט. האָט דער רײַטער ווידער אָנגעקלאַפּט:

— מערבֿ, מיזרח,

דרום, צפֿון —

זאָל דער טויער

זײַן שוין אָפֿן!

איצט האָט זיך שוין דערהערט אַ שטים פֿון יענער זײַט טויער:

מיזרח, מערבֿ,

צפֿון, דרום —

שרעק און מורא —

לינדוואָרעם!

האָט דער רײַטער געענטפֿערט:

מיזרח, מערבֿ,

צפֿון, דרום —

ניטאָ שוין מער

דער לינדוואָרעם!

האָט זיך דער טויער געעפֿנט. דער רײַטער האָט אַרײַנגעפֿירט אויף זײַן רויטן פֿערד דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע, און ער האָט געזאָגט צום סאָלדאַט, וואָס איז געשטאַנען אויף דער וואַך בײַם טויער:

— לויף אַפֿריִער מיט אַלע דײַנע כּוחות און רוף צונויף די גאַנצע שטאָט, פֿון דעם מלך ביז קנעכט, אַזוי צו זאָגן:

קומט פֿון מיזרח, קומט פֿון מערבֿ,

קומט פֿון צפֿון, קומט פֿון דרום,

גיט אָפּ כּבֿוד דעם וואָס האָט

אַוועקגעלייגט דעם לינדוואָרעם!

האָט דער סאָלדאַט אַזוי געטאָן, ווי דער רײַטער האָט אים געזאָגט. און באַלד איז אַרויס די גאַנצע שטאָט, פֿון דעם מלך ביזן לעצטן קנעכט. אַלע האָבן דערזען דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע אויפֿן רויטן פֿערד און דעם פּגר פֿון דעם לינדוואָרעם צוגעבונדן צום עק פֿון פֿערד, און זיי האָבן זייערע אויגן ניט געגלייבט: האָט מען טאַקע דעם מאָנסטער, דעם לינדוואָרעם, דערהרגעט? און ווער און וואָס און ווי אַזוי?

און דער מלך האָט געזאָגט צום רײַטער:

— ווער האָט דאָס דעם לינדוואָרעם דערהרגעט?

און דער רײַטער האָט געענטפֿערט:

— אָט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע, וואָס דו זעסט אויפֿן פֿערד זיצנדיק־רײַטנדיק!

וווּנדערט זיך דער מלך און ער זאָגט צום רײַטער:

— אַזאַ קליין ייִנגעלע!

ענטפֿערט דער רײַטער:

— יאָ, אַזאַ קליין ייִנגעלע!

פֿרעגט דער מלך דעם רײַטער:

— דו האָסט דאָס אַליין מיט דײַנע אויגן געזען?

ענטפֿערט דער רײַטער:

— יאָ, איך האָב דאָס אַליין מיט מײַנע אויגן געזען.

זאָגט דער מלך צום רײַטער:

— טאָ דערצייל אונדז, מיר און דעם גאַנצן פֿאָלק, וואָס האָט זיך דאָ פֿאַרזאַמלט, ווי אַזוי דאָס איז געווען?

האָט דער רײַטער דערציילט אַלץ וואָס איז געווען, פֿון אָנהייב ביזן סוף, ווי אַזוי ער האָט באַגעגנט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע און ווי אַזוי ייִנגעלע איז בײַגעקומען מיטן רינגעלע דעם לינדוואָרעם, און דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געהערט, און זיי האָבן זייערע אויערן ניט געגלייבט, מער ניט, זייערע אויגן האָבן דאָך געזען דעם פּגר פֿון דעם לינדוואָרעם, האָבן זיי שוין געמוזט גלייבן.

און ווי דער רײַטער האָט געענדיקט די געשיכטע צו דערציילן, האָט דער מלך אַליין אָנגענומען פֿאַרן צוים דאָס פֿערד, אויף וועלכן ייִנגעלע־רינגעלע איז געזעסן רײַטנדיק, און ער האָט אויסגערופֿן:

— שרײַט אַלע פֿאַר אונדזער רעטער: לעבן זאָל ייִנגעלע־רינגעלע!

און דער מלך אַליין האָט געפֿירט ייִנגעלע־רינגעלע איבער אַלע גאַסן, און אַלע זענען נאָכגעגאַנגען און האָבן געשריגן: לעבן זאָל ייִנגעלע־רינגעלע! און דער מלך האָט אַזוי אַרומגעפֿירט ייִנגעלע־רינגעלע, ביז זיי זענען געקומען צום פּאַלאַץ, און דאָ האָט דער מלך געזאָגט צום ייִנגעלע:

— קום, ייִנגעלע, צו מיר אין פּאַלאַץ אַרײַן, און איך וועל דיך באַלוינען און באַקרוינען, אַזוי ווי דו ביסט ווערט פֿאַר דער גרויסער און גוטער זאַך, וואָס דו האָסט געטאָן פֿאַר מיר און פֿאַר מײַן פֿאָלק!

און דער מלך איז אַרײַן אין פּאַלאַץ, און ייִנגעלע־רינגעלע נאָך אים. און דער מלך האָט זיך געזעצט אויף זײַן טראָן, און ייִנגעלע־רינגעלע לעבן אים בײַ דער רעכטער האַנט, און די מלכּה האָט זיך געזעצט לעבן דעם מלך בײַ דער לינקער האַנט, און אַלע פּרינצן און פּרינצעסינס האָבן זיך צעזעצט אויף די טרעפּלעך, וואָס האָבן געפֿירט צום מלכס טראָן, און אַלע מיניסטאָרן און גענעראַלן און גלאַט גרויסע לײַט האָבן זיך צעשטעלט אומעטום אַרום און אַרום.

אַלע זענען שטיל געבליבן און האָבן געוואַרט, וואָס דער מלך וועט זאָגן. און דער מלך האָט זיך אַ קער געטאָן מיט זײַן פּנים צו ייִנגעלע־רינגעלע און געזאָגט צו אים:

— ייִנגעלע־רינגעלע! איך האָב צוגעזאָגט, אַז דער וואָס וועט הרגענען דעם לינדוואָרעם, דער וועט קריגן מײַן טאָכטער פֿאַר אַ ווײַב. הײַנט, אַז דו האָסט דעם לינדוואָרעם געהרגעט, קומט דאָך דיר מײַן טאָכטער פֿאַר אַ ווײַב!

שטעלט זיך אויף ייִנגעלע־רינגעלע און גיט אַ נייג פֿאַרן מלך און זאָגט צו אים:

— אַדוני מלך! איך בין דאָך נאָך אַ קליין ייִנגל, הײַנט ווי אַזוי קען איך חתונה האָבן מיט דײַן טאָכטער?

הייסט אים דער מלך זיך צוריק אַוועקזעצן, און ער זאָגט צו אים:

— איך האָב דען איין טאָכטער? איך האָב דאָך עטלעכע, און איינע אין דײַנע יאָרן, אַזוי קליין ווי דו. ווילסט זי זען?

און דער מלך האָט אַ קוק געטאָן אַרונטער, וווּ די אַלע פּרינצן און פּרינצעסינס זענען געווען אויסגעזעצט, און ער האָט מיטן פֿינגער אָנגעוויזן אויף דער קלענסטער פּרינצעסין און געזאָגט:

— שטעל זיך אויף, מײַן ייִנגסטע טאָכטער, און זאָל ייִנגעלע־רינגעלע דיך זען!

האָט זיך אויפֿגעשטעלט די ייִנגסטע טאָכטער פֿון דעם קעניג און זיך פֿאַרנייגט פֿאַר ייִנגעלע־רינגעלע, און דער מלך האָט צו אים געזאָגט:

— אָט דאָס איז די בת־מלכּה וואָס איך האָב אויסגעקליבן פֿאַר דיר. אָבער אַזוי ווי איר זײַט נאָך ביידע קליין, וועט איר חתונה האָבן, ווען איר וועט גרעסער ווערן. דערווײַל זאָלסטו זײַן אין מײַן פּאַלאַץ, און עס וועט דיר קיין זאַך ניט פֿעלן, גלײַך ווי דו וואָלסט געווען מײַן אייגענער זון, איינער פֿון די פּרינצן.

האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע ווידער אויפֿגעשטעלט, זיך אַ נייג געטאָן פֿאַרן מלך און האָט צו אים געזאָגט:

— אַדוני מלך! איך דאַנק דיר זייער, אָבער קיין כּלה דאַרף איך נאָך ניט האָבן, און אין דײַן פּאַלאַץ קען איך ניט בלײַבן. איך האָב אַ היים מיט אַ טאַטן מיט אַ מאַמען און עס פֿעלט מיר ניט בײַ זיי קיין שום זאַך. זיי האַלטן מיך טײַער אַזוי ווי דאָס אויג אין קאָפּ, און איך האַלט זיי ערלעך, אַזוי ווי מען דאַרף האַלטן ערלעך אַ טאַטן מיט אַ מאַמען. און ווידער וויל איך דיר זאָגן, אַדוני מלך, אַז איך האַלט אין גיין צו אַן אַנדער מלך.

פֿרעגט אים דער מלך:

— ווער איז דער אַנדערער מלך, צו וועלכן דו גייסט?

ענטפֿערט ייִנגעלע:

— איך ווייס ניט, ווער ער איז. איך ווייס ניט זײַן נאָמען, און איך קען ניט זײַן לאַנד, נאָר בײַ אונדז רופֿט מען אים „דער מלך וואָס אויף יענער זײַט טײַך‟.

פֿרעגט דער מלך:

— אפֿשר בין איך דאָס?

ענטפֿערט ייִנגעלע:

— איך האָב אַפֿריִער דאָס אויך געטראַכט, אָבער איך זע שוין, אַז ניט, ווײַל יענער מלך דאַרף טראָגן אויפֿן האַלדז אַ פֿײַפֿל.

פֿרעגט דער מלך:

— וואָס פֿאַר אַ פֿײַפֿל?

ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:

— אַ פֿײַפֿל מיט וואָס ער רופֿט אַרויס מכשפֿים און מכשפֿות פֿון דעם צויבער־אינדזל.

פֿרעגט דער מלך:

— און וואָס וועסטו בײַ אים טאָן, בײַ יענעם מלך?

דערציילט אים ייִנגעלע די גאַנצע מעשׂה. זאָגט צו אים דערנאָך דער מלך:

— נו, אַז דו דאַרפֿסט גיין, וועל איך דיך ניט פֿאַרהאַלטן. גיי בשלום און זאָל דיר דײַן וועג באַגליקט זײַן! נאָר איך וואָלט וועלן דו זאָלסט נעמען פֿון מיר כאָטש אַ קליינע מתּנה.

פֿרעגט ייִנגעלע:

— וואָס פֿאַר אַ מתּנה ווילסטו מיר געבן, אַדוני מלך?

ענטפֿערט דער מלך:

אַ פּאָר שטיוועלעך, וואָס אַז דו וועסט אין זיי גיין, וועלן דיר קיין מאָל די פֿיסעלעך ניט וויי טאָן.

זאָגט ייִנגעלע:

— דאָס איז גוט, ווײַל איך דאַרף דאָך גיין אין אַזאַ ווײַטן וועג, און איך דאַנק דיר טאַקע זייער פֿאַר אַזאַ מתּנה.

און דער מלך האָט אים געגעבן די פּאָר שטיוועלעך.

— נאַ, — האָט ער צו אים געזאָגט, — טו טאַקע גלײַך אָן און טראָג זיי געזונטערהייט!

האָט ייִנגעלע־רינגעלע אָנגעטאָן די שטיוועלעך, זיך אָפּגעזעגנט מיט אַלעמען און גענומען גיין. אָבער דאָ האָט ער זיך אויפֿגעכאַפּט, און וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.