פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187841/
— מע זעט שוין מער ניט די שטאָט, נאָר עפּעס אַזוי ווי אַ פֿײַער מיט אַ רויך פֿון דער הייך! — האָט ייִנגעלע־רינגעלע זיך אָנגערופֿן צום רײַטער אויפֿן רויטן פֿערד.
— יאָ, — האָט געענטפֿערט דער רײַטער אויפֿן רויטן פֿערד, — טאַקע מע זעט ניט די שטאָט. מסתּמא האָט דאָס דער לינדוואָרעם גענומען אָטעמען און וואַרפֿן מיט שטיקער פֿײַער און זײַלן רויך. איך האָב מורא, אַז מיר וועלן גאָר נאָענט ניט קענען צוגיין. מען קען שוין דאָ פֿילן, ווי עס רייכערט און עס ברענט!
— פֿאַרלאָז זיך אויף מײַן רינגעלע! — האָט געזאָגט ייִנגעלע.
און ייִנגעלע האָט גענומען ס׳רינגעלע און דאָס צוגעלייגט צו די ליפּן, אַזוי ווי מע לייגט צו אַ טרומייטער, צי אַ שופֿר, און האָט אויסגעטרומייטערט, צי אויסגעשופֿרט:
מיזרח, מערבֿ,
צפֿון, דרום,
תּקיעה, תּרועה,
תּרועה, שבֿרים!
— צו וואָס טוסטו דאָס? — האָט דער רײַטער אים געפֿרעגט.
— וועסט באַלד זען, — האָט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע געענטפֿערט, און ווײַטער געמאַכט מיטן רינגעלע:
מיזרח, מערבֿ,
צפֿון, דרום,
הימל, ערד און —
לינדוואָרעם!
און וווּנדער איבער וווּנדער! וווּ פֿײַער? וווּ רויך? קיין סימן, קיין זכר! אָט גאָרנישט, ווי מיט דער האַנט אַוועקגענומען.
— איצטער זעסטו? — האָט געזאָגט דאָס ייִנגעלע, — אַלץ דאָס רינגעלע!
און דער רײַטער איז געווען אַזוי פֿאַרוווּנדערט, אַז ער האָט גאָר רעדן ניט געקענט!
— דאָס איז נאָך גאָרנישט! — האָט געזאָגט ייִנגעלע, — וועסט נאָך זען!
זיי זענען געפֿאָרן ווײַטער רײַטנדיק אויפֿן פֿערד, און זיי זענען שוין צוגעקומען גאָר נאָענט צו דער שטאָט. דער לינדוואָרעם האָט זיי דערזען, האָט ער גענומען ווידער אָטעמען און סאָפּען און כראָפּען און בלאָזן מיט פֿײַער און רויך. ייִנגעלע האָט אָבער גלײַך גענומען ס’רינגעלע און צוגעלייגט צום מויל, אַזוי ווי מען לייגט צו אַ טרומייטער, צי אַ שופֿר, און ער האָט ווידער אויסגעטרומייטערט צי אויסגעשופֿרט:
מיזרח, מערבֿ,
צפֿון, דרום,
תּקיעה, תּרועה,
תּרועה, שבֿרים!
מיזרח, מערבֿ,
צפֿון, דרום,
הימל, ערד און —
לינדוואָרעם!
און ס׳פֿײַער איז ווידער אײַנגעלאָשן געוואָרן, און דער רויך איז ווידער פֿאַרשוווּנדן, און דער לינדוואָרעם קוקט און וווּנדערט זיך אויך: וואָס איז דאָ? ווער האָט דאָס אַזאַ כּוח אויסצולעשן דעם אָטעם פֿון זײַן מויל? האָט ער ווידער אַן אָטעם געטאָן, נאָך מיט מער כּוח, און עס איז אַרויס נאָך אַ גרעסערער פֿלאַם און עס איז געוואָרן נאָך אַ געדיכטערער רויך, אָבער דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט ווידער אַ מאָל פֿאַרלאָשן דאָס פֿײַער און אַוועקגעבלאָזן דעם רויך.
האָט דער לינדוואָרעם ווידער געפּרוּווט, און ווידער די אייגענע מעשׂה. האָט ער שוין גאָרניט געוווּסט וואָס צו טאָן. איז ער געוואָרן אין כּעס און האָט אויסגעשריגן:
— ווער טוט דאָס?
— איך, ייִנגעלע מיטן רינגעלע!
איז דעם לינדוואָרעם דאָס ניט אָנגעשטאַנען, און ער האָט אויסגעשריגן נאָך מיט מער כּעס:
— דו, אַזאַ שנעק?!
האָט אים ייִנגעלע געענטפֿערט גאַנץ רויִק:
— יאָ, איך, אַזאַ שנעק, וועל פֿון דיר מאַכן אַן עק!
דאָס איז שוין דעם לינדוואָרעם גאָרניט אָנגעשטאַנען, און ער האָט געגעבן אַ געשריי:
— איך עס דיך שוין די רגע אויף, דיך מיטן רײַטער מיטן פֿערד אין איינעם, און עס וועט מיר אַפֿילו אויף אַ צאָן ניט קלעקן!
האָט אים ייִנגעלע געענטפֿערט, ווידער גאַנץ רויִק:
וואָס טויג דיר אויפֿעסן אונדז אַלעמען דרײַען, מיך מיטן רײַטער מיטן פֿערד, באַווײַז אַפֿריִער אַ קונץ און עס מיך אַליין אויף!
דאָ איז שוין דער לינדוואָרעם אַרויס פֿון די כּלים, און ער האָט גענומען סאָפּען און כראָפּען און זיך וואַרפֿן און די ציינער שאַרפֿן, און דער רײַטער מיטן פֿערד האָבן זיך טאַקע גענומען שרעקן, ווײַל זיי האָבן ניט געוווּסט, וואָס דאָ וועט זײַן. אָבער ייִנגעלע־רינגעלע איז זיך רויִק אַראָפּ פֿון פֿערד, האָט אָנגעטאָן ס’רינגעלע אויפֿן קאָפּ, און ס’רינגעלע האָט אים דעם גאַנצן קאָפּ צוגעדעקט, און עס האָט אויסגעזען ניט ווי אַ רינגעלע, נאָר ווי אַ היטעלע. אָבער עס איז ניט געווען אַ היטעלע אַזוי ווי אַלע היטעלעך, וואָס אַלע ייִנגעלעך טראָגן אויף די קעפּ, נאָר עס איז געווען אַ היטעלע, אַזוי ווי פֿון לאַנגע טשוועקעס געמאַכט, מיט די שאַרפֿע שפּיצן אַרויס, און ייִנגעלע איז אָט אַזוי צוגעגאַנגען צום לינדוואָרעם און האָט געזאָגט:
— נאַ, עס מיך אויף!
און דער לינדוואָרעם האָט אַן עפֿן געטאָן דאָס מויל, און ייִנגעלע האָט אַרײַנגערוקט אַהין דעם קאָפּ מיטן שאַרפֿן, שטעכיקן היטעלע. און ווי ער האָט דאָס געטאָן, אַזוי האָט דער לינדוואָרעם געגעבן אַ געשריי און אַ קוויטש, ווײַל עס האָט אים גענומען שטעכן, און ער האָט געוואָלט אויף גיך אויסשפּײַען. אָבער ייִנגעלע האָט זיך ניט געלאָזן, און ער האָט אַזוי לאַנג געהאַלטן דעם קאָפּ מיטן שטעך־שטאָך־היטעלע אין דעם לינדוואָרעמס מויל, ביז דער לינדוואָרעם האָט זיך צעשטאָכן אויף טויט. ערשט דעמאָלט האָט ייִנגעלע אַרויסגענומען דעם קאָפּ און אַראָפּגענומען ס׳היטעלע און ס׳היטעלע איז געוואָרן צוריק אַ רינגעלע, אַזוי ווי ס׳איז פֿריִער געווען.
דער רײַטער האָט גאָר זײַנע אויגן ניט געגלייבט. און ער איז אַראָפּ פֿון פֿערד, אַ קוק געטאָן, דער לינדוואָרעם איז שוין טאַקע געווען ניט מער ווי אַ פּגר.
— בראַוואָ, ייִנגעלע־רינגעלע! — האָט דער רײַטער אויסגעשריגן מיט פֿרייד, — דו האָסט אַ גאַנצע שטאָט פֿון שרעק און טויט געראַטעוועט. דער מלך וועט דיר איצטער געבן זײַן טאָכטער פֿאַר אַ ווײַב, אַזוי ווי ער האָט צוגעזאָגט, אַז דער וואָס וועט דעם לינדוואָרעם דערהרגענען, דער וועט דעם מלכס איידעם ווערן.
מאַכט ייִנגעלע:
— איך האָב דאָך דיר שוין געזאָגט, אַז איך דאַרף ניט דעם מלכס טאָכטער, ווײַל איך בין נאָך צו יונג אויף חתונה צו האָבן, און ווידער ווייס איך ניט, צי דאָס איז דער מלך, צו וועלכן איך דאַרף האָבן?
פֿרעגט דער רײַטער:
— וואָס איז? צו וועלכן מלך דאַרפֿסטו דאָס האָבן?
ענטפֿערט ייִנגעלע:
— איך דאַרף צום מלך וואָס אויף יענער זײַט טײַך.
זאָגט דער רײַטער:
— נו, איז דאָס אפֿשר דער מלך, צו וועלכן דו דאַרפֿסט האָבן? נאָר קום אַלץ איינס אַרײַן אין שטאָט, און זאָלן אַלע זען דעם, וואָס האָט דעם גרויסן וווּנדער באַוויזן און דעם לינדוואָרעם דערהרגעט. זיי וועלן דאָך דיך אַלע טראָגן אויף די הענט פֿאַר גרויס פֿרייד און דאַנקבאַרקייט! קום, ייִנגעלע, איך וועל דיך אַרויפֿזעצן אויפֿן פֿערד און דיך אַזוי אין שטאָט אַרײַנפֿירן: דו אויפֿן פֿערד, און איך אויף דער ערד.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— פֿאַר וואָס זאָלסטו ניט זיצן גלײַך מיט מיר?
ענטפֿערט דער רײַטער:
— ס׳איז שענער אַזוי, און מער כּבֿוד פֿאַר דיר.
זאָגט ייִנגעלע:
— נו, זאָל זײַן ווי דו זאָגסט.
און ייִנגעלע האָט זיך געלאָזט אַרויפֿזעצן אויפֿן פֿערד, און ער איז שוין געווען גרייט צו פֿאָרן.
— וואַרט נאָר אויס אַ ווײַלע! — האָט דער רײַטער צו אים געזאָגט, — איך וועל אַפֿריִער צובינדן דעם פּגר פֿון דעם לינדוואָרעם צו דעם עק פֿון דעם פֿערד, כּדי אַלע אין שטאָט זאָלן מיט זייערע אייגענע אויגן זען דעם סוף פֿון דעם מאָנסטער און אַז זיי זענען שוין פֿון אים דערלייזט געוואָרן.
און דער רײַטער האָט אַזוי געטאָן. דערנאָך האָט ער אָנגענומען דאָס פֿערד פֿאַרן צוים און געפֿירט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע אין שטאָט אַרײַן.
וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.