פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187658/
ייִנגעלע־רינגעלע האָט דערזען פֿון ווײַטן אַ הויכן באַרג, און אויפֿן קאַרק פֿון הויכן באַרג איז אַזוי ווי אַ שטאָט געשטאַנען, אַ גרויסע שטאָט, זייער אַ גרויסע, אַזוי האָט דאָס אויסגעזען.
טראַכט בײַ זיך ייִנגעלע: וואָס קען דאָס זײַן פֿאַר אַ שטאָט? אפֿשר איז דאָס שוין גאָר די שטאָט, וווּ עס טוט וווינען דער מלך פֿון יענער זײַט טײַך, און איך וועל שוין מער ניט דאַרפֿן גיין?
און ווי ער גייט אַזוי און טראַכט, ערשט אַ רײַטער אויף אַ ווײַס פֿערד לויפֿט אים אַנטקעגן. טראַכט ייִנגעלע: איך וועל בײַ אים פֿרעגן! און ווי דער רײַטער איז צוגעקומען נאָענט, אַזוי האָט ייִנגעלע בײַ אים געפֿרעגט:
— רײַטער, רײַטער! וואָס איז ווײַטער?
ענטפֿערט דער רײַטער:
— אַ שטאָט איז ווײַטער.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— דעם מלכס שטאָט?
ענטפֿערט דער רײַטער:
— דעם מלכס שטאָט.
פֿרעגט ייִנגעלע ווײַטער בײַם רײַטער:
— דעם מלכס וואָס אויף יענער זײַט טײַך?
ענטפֿערט דער רײַטער:
דאָס קען איך שוין ניט זאָגן, ווײַל איך קום ניט פֿון יענער שטאָט.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— פֿון וואַנען זשע קומסטו?
ענטפֿערט דער רײַטער:
— פֿון אַן אַנדער שטאָט, פֿון אַ קלענערער שטאָט, ניט אויף דעם וועג, נאָר אין אַ זײַט אַוועק.
האָט ייִנגעלע געוואָלט בײַ אים נאָך עפּעס פֿרעגן, אָבער דער רײַטער האָט געזאָגט, אַז ער דאַרף גיין ווײַטער. איז דער רײַטער אַוועק ווײַטער, און ייִנגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען זײַן וועג.
גייט ייִנגעלע־רינגעלע, גייט ער און גייט, אַלץ נענטער צו דער שטאָט, וואָס ער האָט געזען פֿון ווײַטן, ערשט עס פֿליט אים אָן אַנטקעגן אַן אַנדער רײַטער, אָבער שוין אויף אַ רויט פֿערד, און ער פֿאַרשטעלט אים דעם וועג:
— גיי ניט ווײַטער! — שרײַט דער רײַטער.
מאַכט ייִנגעלע:
— איך דאַרף אָבער גיין!
און ער וויל נעמען גיין.
זאָגט דער רײַטער:
— גיי ניט ווײַטער, אויב דו ווילסט בלײַבן לעבן!
זאָגט ייִנגעלע:
— וואָס איז? ווער וועט מיך הרגענען? דו?
ענטפֿערט דער רײַטער:
— איך? פֿאַר וואָס זאָל איך דיך הרגענען? איך הרגע קיינעם ניט. איך בין ניט קיין גזלן, איך בין ניט קיין מערדער.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— טאָ ווער זשע וועט מיך הרגענען?
ענטפֿערט דער רײַטער:
— דער לינדוואָרעם וועט דיך הרגענען.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— ווער איז דאָס דער לינדוואָרעם? איז דאָס אַ וואָרעם אַזאַ? אויב אַ וואָרעם, וועל איך אים מיט די פֿיס צעטרעטן.
גיט דער רײַטער אַ שמייכל און ער ענטפֿערט:
— ניין, ייִנגעלע! דער לינדוואָרעם איז ניט קיין וואָרעם אַזאַ, וואָס מען קען אים מיט די פֿיס צעטרעטן. דער לינדוואָרעם איז אַזאַ חיה, וואָס דו האָסט נאָך אויף דײַן לעבן ניט געזען, ניט אויף דער וואָר און ניט אין חלום. אַז איך בין געווען אַזאַ ייִנגעלע ווי דו, האָב איך וועגן דעם לינדוואָרעם נאָר אין אַ מעשׂה־ביכל געלייענט, און איך האָב פֿאַר אים אַזוי מורא געהאַט! ער איז ווי זאָל איך דיר אָפּמאָלן? — גרויס ווי אַ העלפֿאַנד, אָבער ער איז ניט קיין העלפֿאַנד. ער איז בייז און גיפֿטיק ווי אַ שלאַנג און קריכט אַזוי ווי אַ שלאַנג, כאָטש ער האָט פֿיר היפּשע פֿיס, אָבער ער איז ניט קיין שלאַנג. ער האָט צוויי פֿליגלען, אָבער ער איז ניט קיין פֿויגל און ער קען אויך ניט פֿליִען אַזוי ווי אַ פֿויגל. ער האָט אַן עק פֿון אַ פֿיש, אָבער קיין פֿיש איז ער אויך ניט. אָט אַזוי, זאָג איך דיר, זעט ער אויס. און אַז ער נעמט אָטעמען, לאָזט ער אַרויס פֿון מויל אַזאַ מין פֿײַער, אַז עס איז אוממעגלעך אײַנצושטיין אַרום אים. עס בראָט און עס ברענט אַרום אים, ווי אַ קאַלכאויוון. און אַ האַלדז האָט ער אַזאַ גרויסן און אַזאַ ברייטן, אַז ער קען אײַנשלינגען דעם גרעסטן אָקס, און זיך ניט אַ קרים טאָן. אָט גלײַך ווי דו זאָלסט אַראָפּשלינגען אַ ביסן ברויט.
ייִנגעלע איז אַזש פֿאַרציטערט געוואָרן הערנדיק דאָס, נאָר ער האָט זיך גלײַך דערמאָנט, אַז ער האָט אַ רינגעלע, אַ צויבער־רינגעלע, הײַנט פֿאַר וועמען האָט ער מורא? און דער רײַטער האָט דערציילט ווײַטער:
— הכּלל, אָט דער לינדוואָרעם האָט זיך פֿאַרקליבן הינטער דער שטאָט, וווּ דער מלך וווינט, און וועמען ער דערזעט נאָר, כאַפּט ער און עסט אויף. עס איז נאָר אַ נס, וואָס די שטאָט איז אַרומגערינגלט מיט אַ הויכער וואַנט, און ער קען זי ניט אַריבערקריכן, אָבער אַזוי וואָלט ער אַרײַן אין שטאָט און אַלעמען אײַנגעשלונגען. וואָרעם וואָס פֿאַר אַ באַטרעף האָט בײַ אים אַ מענטש?
זיצט מען אַזוי אין שטאָט און מען האַלט די טויערן פֿאַרשלאָסן, און קיינער גייט ניט אַרײַן און קיינער גייט ניט אַרויס. איז אָבער שוין באַלד קיין עסן ניטאָ אין שטאָט, וועט מען נאָך אויסגיין פֿון הונגער.
פֿרעגט ייִנגעלע דעם רײַטער:
— ווי אַזוי ביסטו אָבער אַרויס פֿון שטאָט און דער לינדוואָרעם האָט דיך ניט געטשעפּעט?
ענטפֿערט דער רײַטער:
— איך האָב אים אונטערגענאַרט. איך האָב אים געזאָגט, אַז איך גיי אים ברענגען לעבעדיקע מענטשן און פֿיך אויף צו עסן, וואָרעם אין שטאָט, האָב איך אים געזאָגט, זענען שוין אַלע אויסגעגאַנגען פֿון הונגער און זיי קענען דערפֿאַר ניט אַרויס צו אים, ער זאָל זיי אויפֿעסן. קיין קלוגער, ווי ס’ווײַזט אויס, איז ער ניט, האָט ער מיר געגלייבט אויפֿן וואָרט און מיך געלאָזט גיין. אָבער דו ווייסט צו וואָס איך בין אַרויס פֿון שטאָט? ניט זיך אַליין צו ראַטעווען, נאָר צו ראַטעווען אַנדערע, וואָרענען זיי, אַז זיי זאָלן זיך היטן, נאָענט צו דער שטאָט ניט צוגיין, וואָרעם דער לינדוואָרעם קען זיי נאָך דערזען און אויפֿעסן, אָט אַזוי ווי איך האָב דיך געוואָרנט.
מאַכט ייִנגעלע:
— איך דאַנק דיר זייער, ליבער רײַטער, וואָס דו האָסט מיך געוואָרנט. אָבער איך מוז זאָגן, אַז איך הייב גאָרניט אָן מורא צו האָבן אָט פֿאַר דעם לינדוואָרעם. זעסט וואָס איך האָב?
און ייִנגעלע האָט אים געוויזן זײַן רינגעלע.
גיט דער רײַטער אַ קוק, זעט ער, עס איז אַ רינגעלע אַזוי ווי אַלע רינגעלעך. מאַכט ער:
— וואָס איז דאָס אַזוינס? אַ רינגעלע! נו, וואָס קענסטו טאָן מיטן רינגעלע?
גיט ייִנגעלע אַ שמייכל און ער זאָגט:
— אָ, איך קען שוין מיט אים טאָן, גאָר אַ סך! קוק ניט, וואָס עס איז אַ רינגעלע, אַזוי ווי אַלע רינגעלעך. עס איז אָבער אַ וווּנדער־רינגעלע און עס קען פֿאַר מיר טאָן וואָס איך וויל.
פֿרעגט דער רײַטער:
— אַפֿילו דעם לינדוואָרעם הרגענען?
ענטפֿערט ייִנגעלע:
— יאָ, אַפֿילו דעם לינדוואָרעם הרגענען!
וווּנדערט זיך דער רײַטער און ער וויל ניט גלייבן. פֿרעגט ער:
— טאַקע?
ענטפֿערט ייִנגעלע:
— מײַן רינגעלע האָט נאָך גרעסערע וווּנדער באַוויזן.
מאַכט דער רײַטער:
— אויב אַזוי, וועסטו דאָך אויפֿטאָן אַ גרויסע זאַך, און אַ חוץ דער מיצווה, וואָס דו וועסט פֿאַרדינען, וואָס דו וועסט ראַטעווען אַ גאַנצע שטאָט, וועט דיר נאָך דער מלך געבן זײַן טאָכטער פֿאַר אַ ווײַב, ווײַל אַזוי האָט דער מלך געזאָגט: ווער עס וועט דערהרגענען דעם לינדוואָרעם, וועט קריגן מײַן טאָכטער פֿאַר אַ ווײַב.
זאָגט ייִנגעלע:
— דעם מלכס טאָכטער ווי דעם מלכס טאָכטער. איך בין נאָך אַ קליינער און איך דאַרף נאָך ניט חתונה האָבן, אָבער דעם לינדוואָרעם וועל איך סײַ ווי הרגענען. קום מיט מיר, וועסטו זען.
מאַכט דער רײַטער:
— וועסט דאָך ניט גיין צו פֿוס, בעת איך וועל פֿאָרן רײַטנדיק אויפֿן פֿערד. קום זעץ זיץ מיט מיר, וועסטו אויך פֿאָרן.
זאָגט ייִנגעלע:
— רעכט. ס׳איז ניט שלעכט!
און ער איז אַרויף צום רײַטער אויפֿן פֿערד, און דאָס פֿערד האָט אַ מאַך געטאָן מיטן קאָפּ, און מיט די פֿיס — האָפּ־האָפּ!
אָבער וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.