די מינהגים זײַנען שטאַרקער פֿון די געזעצן. באַזונדער בײַ די „אַלטע” פֿעלקער, װעלכע האָבן דורות לאַנג ניט געהאַט קײן אײגענע מדינה; אַזױ װי, צום בײַשפּיל, ייִדן, ציגײַנער, קורדן. בעסער פֿון אַלעמען, לױט מײַן מײנונג, האָט די־אָ מחשבֿה צוגעטראָגן י. ל. פּרץ אין זײַן דערצײלונג „דרײַ מתּנות”. אױב אונדזער טײַערער לײענער װעט האָבן חשק איבערצולײענען די שײנע נאָװעלע, ממש אַ פּיעסע, װעט איר גלײַך באַמערקן און דערפֿילן, אַז די דרײַ הױפּט־העלדן גײען אױף קידוש־השם ניט כּדי אָפּצוהיטן די תּרי”ג מיצװת, נאָר ניט אָפּטרעטן פֿון דעם אָדער יענעם מינהג, טיף אײַנגעװאָרצלטן אין דער פֿאָלקס־נשמה.
אין דער ערשטער נאָװעלע גײט דער העלד אױף קידוש־השם, כּדי אָפּהיטן פֿון „טריפֿה” הענט דאָס זעקעלע מיט ארץ־ישׂראל־ערד. אין דער צװײטער גייט די העלדין אױף קידוש־השם נאָר כּדי אָפּהיטן איר צניעותדיקײט, און שפּיליעט צו איר קלײד צום לײַב מיט אַ שפּילקע. אין דער דריטער נאָװעלע גײט דער העלד אױף קידוש־השם נאָר כּדי ניט בלײַבן מיט אַ הױלן קאָפּ, אַזױ, װי להבֿדיל, אַ ניט־ייִד. ניט אין עשׂרת־הדיברות און ניט אין תּרי”ג מיצװת װעלן מיר ניט געפֿינען אַ דירעקטן באַפֿעל װעגן אַרײַנלײגן אין קבֿר אַ ביסל ארץ־ישׂראל־ערד, און ניט אַ באַפֿעל צו טראַכטן װעגן צניעותדיקײט בעת מע פֿירט דיך, ניט דאָ און ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, צום טױט; און אַװדאי איז ניטאָ קײן באַפֿעל צו טראָגן אַ יאַרמלקע. דאָס אַלץ זײַנען די פֿאָלקס־מינהגים.
פּונקט צו אַזעלכע מינהגים געהערט הײַנטיקע טעג דער „קלײנער יום־טובֿ” ל”ג בעומר, װעלכער רופֿט אַרױס מער פֿראַגעס אײדער ענטפֿערס אױף װעלכע ניט איז. בײַ אונדז אין דער אַלטער הײם פֿלעגט מען דעם יום־טובֿ רופֿן „לעק בױמער (בײמער)”. די הונדערטער אינטערװיוען פֿונעם „שפּראַך־און קולטור־אַטלאַס פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום” באַװײַזן, אַז אָט דער נאָמען איז געװען גאָר פֿאַרשפּרײט בײַם פֿאָלק אין פֿאַרשידענע „ייִדישע קאַנטן”, אָבער איך װײס ניט, צי אין אַנדערע ייִדישע קהילות איז אױף ל”ג בעומר געװען אַ קינדער־מינהג, װעלכן מיר פֿלעגן אױספֿירן ממש בוכשטעבלעך — לעקן און קײַען די סמאָלע, װעלכע רינט אַרױס פֿון די װײַנשל־בײמער.
אַחוץ דעם, פֿלעגט די „חבֿרא־קדישא” פּראַװען די „גרױסע יערלעכע סעודה”; אָבער אַחוץ אַ גרױסער מורא, פֿלעגט די „סעודה” בײַ אונדז, קינדער, מער גאָרנישט ניט אַרױסרופֿן. אָבער אַזױ װי אױף ל”ג בעומר פֿלעגן מיר גײן מיט אַ פֿײַלן־בױגן, האָט עס אונדז צוגעגעבן אַ ביסל מוטיקײט, און עטלעכע פֿון די דרייסטע ייִדישע קינדער האָבן אַפֿילו העזה געהאַט צוגײן נאָענט צו די „אונטערגעשאָסענע‟ פֿרײלעכע חבֿרהניקעס.
צו די ניט זײער פֿאַרשפּרײטע ל”ג בעומר־מינהגים געהערט דער „יום־טובֿ פֿון די זעכציקער”, חג־הששים. דעם טאָג פֿלעגט מען פּראַװען אַ סעודה און מאַכן אַ כּוסע פֿאַר די אַלע, װאָס האָבן דערלעבט צו זײער זעכציקסטן געבורטסטאָג, אַזױ װי עס האָבן געפּסקנט די חז”ל – שׂמחה היא לו שיצא מכלל מיתה בידי שמים ועונש כּרת, אַ שׂמחה פֿאַר יענעם, װאָס האָט אױסגעמיטן די (הימל)־שטראָף און די „פֿאַרניכטונג פֿון זײַן נשמה” (כּרת).
דער זײער פֿאַרשפּרײטער מינהג צװישן די ישׂראלדיקע קינדער — צו מאַכן אַ שײַטער — קומט, װײַזט אױס, פֿון די טוניסיער ייִדן, װעלכע האָבן מיטגעבראַכט קײן ארץ־ישׂראל אַ סך גלות־מינהגים. בײַ די טוניסיער ייִדן פֿונעם אינדזל דזשערבאַ איז געװען אײַנגעפֿירט אָנצינדן אין יעדער ייִדישער שטוב אַ באַזונדערע מנורה, װעלכע הײסט „רבי שמעון־מנורה”. נאָכן בענטשן די „רבי שמעון־מנורה” פֿלעגן די ייִדן קומען אין אַ שיל און דאָרטן געלערנט פֿון ספֿר „זוהר”. נאָכן לימוד האָט מען געפּראַװעט אַ פֿרײלעכע סעודה, לױטן ספֿר „נחלת יוסף” — בל”ג בעומר מנהגינו להדליק נרות בביתי־הכּנסת כּמו ביום־טובֿ, והציבור לומדים משלי, אח”כּ ‘פּיוט בר־יוחאַי’, ואח”כּ „זוהר”, אום ל”ג בעומר איז אונדזער מינהג צו בענטשן ליכט אין די שילן, אַזױ װי יעדן יום־טובֿ, און דער עולם זאָל לערנען „משלי”, נאָך דער „פּיוט בר־יוחאַי” און נאָך דעם — „זוהר”.
מיט אײן װאָרט, איז ל”ג בעומר אַ יום־טובֿ מיט זיבן טעמען. עס גלוסט זיך אײַך שיסן פֿון אַ פֿײַלן־בױגן, שיסט אײַך געזונטערהײט. עס גלוסט זיך אײַך צו מאַכן אַ כּוסע מיט די „חבֿרא־קדישאניקעס”, אַדרבא. נאָר אײדער איר גײט בענטשן ליכט פֿאַרגעסט ניט אַ „לעק טאָן די בױמער”. די אַלטע ייִדן זאָגן, אַז ס’איז גוט קעגן די װאַלד־רוחות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.