Oyneg Shabes

שמשון הגיבור (צוויי־און־צוואַנציקסטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

Samson (Chaper XXII of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187444/

Aharon Gudelman

ייִנגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען און געגאַנגען ביז ער איז געקומען צו אַ הויכער וואַנט.

קלערט בײַ זיך ייִנגעלע: דאָס איז אַוודאי אַן עוג מלך הבשן־וואַנט! וואָרעם ווער דען אַנדערש וואָלט געקענט אויפֿשטעלן אַזאַ הויכע וואַנט, אויב ניט ער, דער העכסטער פֿון אַלע מענטשן? און די וואַנט איז ניט נאָר הויך, נאָר אויך לאַנג, ציט זיך אויף הונדערטער מײַלן אַוודאי, וואָרעם מען קען גאָר מיטן אויג ניט כאַפּן. הײַנט וואָס זשע וועט איצטער זײַן? ווי אַזוי גייט מען ווײַטער, צום מלך אין פּאַלאַץ, וואָס אויף יענער זײַט טײַך?

קוקט זיך ייִנגעלע־רינגעלע נאָך מער צו דער וואַנט און באַטראַכט זי, זעט ער, אַז די וואַנט איז ניט גלאַט אַ וואַנט, נאָר אַ פֿעסטונג, מיט טורעמס און מיט שפּיצן און מיט לעכער, און פֿון די לעכער קוקן אַרויס עפּעס אַזעלכע מאָדנע האַרמאַטן! און גאָר אויבן, אויף דער וואַנט, גייען אַרום סאָלדאַטן מיט שפּיצן און מיט אַנדערע געווער, וואָס דאָס אויג קען גאָרניט כאַפּן. און ייִנגעלע טראַכט, אַז אָט די סאָלדאַטן זײַנען דאָס מסתּמא די וועכטער, וואָס היטן און וואַכן און זאָגן אָן ווען דער שׂונא קומט.

אַז ייִנגעלע האָט דאָס אַלץ באַטראַכט, האָט ער געזאָגט צו זיך:

— וואָס זשע וועט זײַן? גיין ווײַטער קען מען ניט און גיין צוריק וויל איך ניט, ווײַל איך דאַרף דאָך גיין צום מלך אין פּאַלאַץ וואָס אויף יענער זײַט טײַך. און דאָ קענען מיך נאָך די סאָלדאַטן דערזען, און אַז זיי וועלן דערגיין, אַז איך האָב דערהרגעט זייער קעניג, עוג מלך הבשן, וועלן זיי מיך גאָר דערשיסן!

און ייִנגעלע גיט נאָך אַ מאָל אַ קוק אויף דער וואַנט און ער גיט אַ טראַכט: אַ שמשון הגיבור שפּרינגט אַריבער! אָדער ער וואַרפֿט דאָס גאָר אײַן אַזוי ווי אַ קאָרטן־הײַזל! און ייִנגעלע דערמאָנט זיך די מעשׂיות, וואָס דער זיידע האָט אים דערציילט פֿון שמשון הגיבור, פֿון די גבֿורות, וואָס ער האָט באַוויזן. אָ, ס’אַראַ שטאַרקער ער איז געווען! גראָבע שטריק פֿלעגט ער איבעררײַסן ווי דינע פֿעדעם און אײַזערנע טויערן פֿלעגט ער אויסרײַסן ווי גראָז און שטאַרקע מויערן פֿלעגט ער אַוועקבלאָזן מיט איין בלאָז. ער וואָלט דאָס מיר איצטער געקענט העלפֿן! אָבער וווּ נעמט מען אים? שאַ! איך וועל גאָר בעטן מײַן רינגעלע!

און ייִנגעלע האָט אַ זאָג געטאָן צום רינגעלע:

— רינגעלע, רינגעלע,

ברענג מיר אַריבער

שמשון הגיבור!

און רינגעלע האָט געענטפֿערט:

— ייִנגעלע, ייִנגעלע,

איך ברענג דיר אַריבער

שמשון הגיבור.

און באַלד איז אויסגעוואַקסן פֿאַרן ייִנגעלע שמשון הגיבור מיט די לאַנגע האָר, וועלכע זענען בײַ אים אַרונטערגעהאָנגען אין זיבן שיינע געקרויזטע לאָקן. זאָגט צו אים ייִנגעלע:

— שמשון הגיבור, נעם מיך אַריבער!

און ער ווײַזט אים אָן מיטן פֿינגער אויף דער הויכער וואַנט.

פֿרעגט שמשון:

— ווי ווילסטו, ייִנגעלע? איך זאָל מיט דיר אַריבערשפּרינגען, אָדער איך זאָל די וואַנט אײַנוואַרפֿן און דו זאָלסט קענען אַריבערגיין?

ענטפֿערט ייִנגעלע:

— טו ווי דו פֿאַרשטייסט אַליין, אַבי איך זאָל קענען מײַן וועג גיין.

— איך וועל בעסער אײַנוואַרפֿן די וואַנט מיט איין האַנט. צו וואָס דאַרף מען זי? זי שטייט גאָר אומזיסט אָרנטלעכע מענטשן אין וועג. אָט ווילסטו גיין און אָט וויל אַן אַנדערער גיין און אָט וועסטו נאָך דאַרפֿן צוריק גיין. דו וועסט דאָך ניט בלײַבן אייביק בײַם מלך אין פּאַלאַץ, נאָר דו וועסט דאָך וועלן צוריק אַהיים גיין?

גיט דאָס ייִנגעלע אַ שאָקל מיטן קאָפּ, אַז יאָ, און שמשון רעדט ווײַטער:

— יאָ, איך וועל די עוג מלך הבשן־וואַנט אײַנוואַרפֿן! ווער דאַרף זי און צו וואָס טויג זי? מאַלע וואָס אַ קעניג איז אײַנגעפֿאַלן אויפֿצושטעלן אַזאַ משוגענע הויכע וואַנט! יאָ, אײַנוואַרפֿן! אײַנוואַרפֿן די וואַנט מיט איין האַנט! נאָר צו וואָס מיט דער גאַנצער האַנט, אַז מיט איין פֿינגער וועט מיר זײַן גרינגער?

און שמשון הגיבור האָט אַ ריר געטאָן טאַקע די וואַנט מיט איין פֿינגער און די וואַנט איז אײַנגעפֿאַלן, אַזוי ווי זי וואָלט געווען צונויפֿגעקלעפּט פֿון שפּענדלעך, ניט געמויערט פֿון שטיין און ציגל. און ווי ער האָט דאָס אָפּגעטאָן, אַזוי האָט ער געזאָגט צום ייִנגעלע:

— גיי איצטער, ייִנגעלע, גיין וווּהין דו דאַרפֿסט!

אָבער ייִנגעלע האָט ניט געהערט, וואָס שמשון האָט געזאָגט, און ער האָט זיך פֿון אָרט ניט גערירט, ווײַל ער איז געווען פֿאַרוווּנדערט פֿון דעם, וואָס שמשון האָט דאָ ערשט אָפּגעטאָן פֿאַר זײַנע אויגן. און ווען ייִנגעלע איז געקומען צו זיך פֿון זײַן גרויסער פֿאַרוווּנדערונג, האָט ער געזאָגט צו שמשונען:

— זאָג מיר נאָר, שמשון הגיבור, מיט וואָס ביסטו דאָס אַזוי שטאַרק? וווּ נעמסטו דאָס אַזוי פֿיל כּוח?

ענטפֿערט אים שמשון:

— ניין, ייִנגעלע, דאָס קען איך דיר ניט זאָגן. עס איז אַ סוד, אוי, איך וויל ניט, אַז מענטשן זאָלן דאָס וויסן.

מאַכט ייִנגעלע:

— איך וועל קיינעם ניט אויסזאָגן.

און ייִנגעלע איז צו אים זייער צוגעשטאַנען און האָט אים געבעטן, ער זאָל אים אויסזאָגן דעם סוד, פֿאַר וואָס איז ער דאָס אַזוי שטאַרק. און ייִנגעלע האָט אים געשוווירן, אַז ער וועט קיינעם ניט אויסזאָגן. האָט אים שמשון שוין געגלייבט און געזאָגט צו אים:

— נו, איך וועל דיר אויסזאָגן. איך בין שטאַרק, ווײַל איך האָב מײַנע לאַנגע האָר, זאָל איך אָבער אָפּשערן די האָר, אַזוי וועל איך ווערן שוואַך ווי אַלע מענטשן. איצטער גיי זיך דײַן וועג און זאָג קיינעם ניט אויס.

איז ייִנגעלע אַוועק און ער האָט דעם גאַנצן וועג געטראַכט וועגן שמשון הגיבורס כּוח און וועגן זײַנע לאַנגע האָר. פֿאַלט דעם ייִנגעלע אײַן, אַז ער וועט זיך אויך לאָזן וואַקסן אַזעלכע לאַנגע האָר ווי בײַ שמשונען. פֿאַלט דעם ייִנגעלע אײַן גאָר צו בעטן זײַן רינגעלע. רינגעלע קען דאָך דאָס מאַכן איינס און צוויי! און ייִנגעלע זאָגט צום רינגעלע:

ניט אין חלום,

נאָר אין וואָר,

לאָז מיר וואַקסן

לאַנגע האָר!

און ווי ער איז נאָר אָפּגעגאַנגען עטלעכע טריט, אַזוי האָט ער דערפֿילט, אַז בײַ אים זענען אויסגעוואַקסן לאַנגע האָר, אַרונטערפֿאַלנדיק אויף זײַנע אַקסלען אין זיבן שיינע געקרויזטע לאָקן, אַקוראַט ווי בײַ שמשון הגיבור. און מיט די לאַנגע האָר האָט ער אויך דערפֿילט אַ כּוח. האָט ייִנגעלע געוואָלט אויספּרוּוון זײַן כּוח, זען צי ער איז אַזוי שטאַרק ווי שמשון הגיבור, איז ער צוגעגאַנגען צו אַ בוים, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן וועג, און האָט אים אויסגעריסן מיטן וואָרצל.

איז ייִנגעלע געגאַנגען ווײַטער און ער האָט געטראַכט, ווי ער וועט דאָס איבערקערן די וועלט, ווען ער וועט קומען צום מלך אין פּאַלאַץ, וואָס פֿאַר אַ גבֿורות ער וועט דאָס דאָרטן באַווײַזן! און אַלע וועלן זיך וווּנדערן און זאָגן: אַ נײַער שמשון איז פֿאַראַנען! אַ נײַער גיבור איז אויפֿגעשטאַנען!

און ווי ייִנגעלע גייט אַזוי און טראַכט, ערשט עס קומט אים אַנטקעגן אַ פֿרוי, און די פֿרוי זאָגט צו אים:

— גוט־מאָרגן, מײַן קליינער שמשון!

ענטפֿערט איר ייִנגעלע־רינגעלע:

— גוט־מאָרגן, גוט־יאָר!

און דערנאָך פֿרעגט ער זי:

— און ווער ביסטו, זאָג מיר, וואָס דו רופֿסט מיך מיטן נאָמען קליינער שמשון?

ענטפֿערט זי:

— איך בין דאָך דלילה, דעם גרויסן שמשונס ווײַב!

ווי ייִנגעלע האָט דאָס דערהערט, אַזוי האָט ער זיך דערשראָקן, און געוואָלט נעמען לויפֿן, האַלט זי אים אָפּ און זי זאָגט צו אים:

— וואָס האָסטו מורא פֿאַר מיר?

ענטפֿערט ייִנגעלע:

— איך האָב מורא, זאָלסט מיך ניט פֿאַרשלעפֿערן אַזוי ווי דו האָסט פֿאַרשלעפֿערט שמשונען און אים אָפּגעשוירן די לאָקן און דערנאָך, ווען ער איז שוואַך געוואָרן, האָסטו אים איבערגעגעבן אין די הענט פֿון זײַנע שׂונאים די פּלישתּים, און זיי האָבן אים געפּײַניקט און די אויגן אויסגעשטאָכן. איך האָב מורא, דו זאָלסט דאָס מיר אויך ניט טאָן.

און ייִנגעלע האָט גענומען וויינען. האָט אים דלילה אַ גלעט געטאָן איבער די האָר און געזאָגט צו אים:

— וויין ניט, ייִנגעלע! איך וועל דיר גאָרנישט ניט טאָן. איך וועל צו דיר זײַן אַזוי ווי אַ מאַמע. דו ביסט דאָך מיד פֿון גיין אַזוי לאַנג, טאָ קום, וועל איך דיך נעמען אויף מײַן שויס און איך וועל דיר דערציילן שיינע מעשׂיות, און דו וועסט דיך דערווײַלע אָפּרוען.

האָט ייִנגעלע זיך צוגעהערט צו דלילהס רייד און ער האָט זיך געלאָזט פֿון איר אײַנרעדן, אַז זי האָט זיך אַוועקגעזעצט און גענומען דאָס ייִנגעלע אויף איר שויס און מעשׂיות דערציילט, און ער האָט געהערט, און הערנדיק איז ער אײַנגעשלאָפֿן, און ווי ער איז אײַנגעשלאָפֿן, אַזוי האָט זי גענומען אַ שערעלע און פּאַמעלעך, אַז ער זאָל זיך ניט אויפֿכאַפּן, האָט זי אים אָפּגעשוירן די זיבן לאָקן.

אָבער ייִנגעלע האָט זיך יאָ אויפֿגעכאַפּט. ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט מיט קולות:

— מײַנע האָר, מײַנע לאָקן!

ער האָט אַ קוק געטאָן, ערשט ער ליגט גאָר אין זײַן בעטל און די מאַמע שטייט אַריבערגעבויגן איבער אים און רעדט צו אים:

— וואָס האָט זיך דיר געחלומט, מײַן זון? אָט זענען דאָך דײַנע האָר!

ייִנגעלע האָט זיך צוגעטוליעט צו זײַן מאַמען און ער האָט איר אַלצדינג דערציילט. אָבער די מעשׂה איז נאָך ניט גאָר, און וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.