Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

  • Print
  • Share Share

די וואָך האָט ר’ קלאַודיאָ קאָלאָסימאָ פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ, בראַזיל, געוווּנען אונדזער פֿאַרמעסט. ער האָט געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „נאַצער וואַרט אויף ראַבין‟, געשריבן פֿון י. רובינטשוק און חיים העפֿער און געזונגען פֿון ליליאַן לוקס. דאָס איז דער עגיפּטישער פּרעזידענט גאַמאַל אַבדעל נאַצער, וואָס האָט פֿאַרשפּילט די זעקס־טאָגיקע מלחמה אין קאַמף צו גענעראַל יצחק ראַבין, וואָס איז שפּעטער געוואָרן ישׂראל־פּרעמיער און איז אומגעקומען אין אַן אַטענטאַט אין 1995. דאָס ליד שפּיגלט אָפּ די טריומף־שטימונג, וואָס האָט געהערשט בײַ ייִדן נאָכן גרויסן נצחון. הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט נאָך אַ היסטאָריש ליד — נאָך מער היסטאָריש! ווי איר וועט הערן, האָט מען דאָס רעקאָרדירט נאָך איידער די פֿרויען האָבן באַקומען דאָס אָפֿיציעלע רעכט צו שטימען אין די אַמעריקאַנער וואַלן. אויב איר וועט טרעפֿן דעם זינגער און דאָס יאָר, וועט דאָס שוין זײַן גענוג — דער ערשטער, וואָס טרעפֿט ריכטיק, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.