כּמעט יעדעס ייִדיש שטעטל האָט, אַחוץ זײַן אָפֿיציעלן נאָמען, געהאַט אַ שײנעם צונאָמען. מיט די גרױסע שטעט, אָבער, איז געװען אַ ביסל שװערער, װײַל אַ חוץ בערדיטשעװ, װוּ ס’רובֿ תּושבֿים זײַנען געװען ייִדן, אין אַלע אַנדערע אײראָפּעיִשע גרױסע שטעט זײַנען די ייִדן געװען „די שטאָלצע מינדערהײט‟. ניט אַ סך מענטשן װײסן, אַז אַזאַ גרױסע ניט־ייִדישע שטאָט, װי אָדעס, האָט באַקומען איר קרױן־נאָמען „מאַמע־אָדעס‟ (אױף רוסיש — אָדעסאַ מאַמאַ) נאָר אַ דאַנק דער הערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער קרימינעלער חבֿרה אין אַלע געביטן פֿון דער בלאַטער היעראַרכיע.
די שאַרפֿזיניקע ייִדישע בלאַטע האָבן געטענהט, אַז „אַזױ װי ייִדיש איז אַ ׳מאַמע־לשון׳, פּונקט אַזױ איז אָדעס די מאַמע פֿון דער קרימינעלער װעלט. מיט אײן װאָרט, די מאַמע אָדעס‟. אַ דאַנק דעם זעלטענעם טאַלאַנט פֿון יצחק באַבעל, האָט זיך באַקענט די װעלט ניט בלויז מיט די „שײנע בלאַטע ייִדעלעך‟, נאָר אויך מיט דעם אױסערלעך־בילדערישן „אָדעסער זשאַרגאָן‟. און ס’איז ניט קײן חידוש, לכּל־הפּחות פֿאַר מיר, אַז אַזאַ „שײנער זשאַרגאָן‟ האָט, סוף־כּל־סוף, אױסגעפֿורעמט און געשאַפֿן אַ באַזונדערע צװײַג פֿון דער ייִדישער מינדלעכער ליטעראַטור, די אָדעסער אַנעקדאָטן.
צװײ יונגע־לײַט זיצן און כאַפּן אַ שמועס װעגן די שידוך־זאַכן. זאָגט אײנער:
— אױב איך האָב דיך גוט פֿאַרשטאַנען, װעסטו קײן מאָל קײן חתונה ניט האָבן צוליב אַ שײנעם נדן?…
— זיכער, אַז ניט. נאָר צוליב ליבע װעגן. אָבער, פֿון דער צװײטער זײַט, װעל איך קײן מאָל ניט דערלאָזן, אַז אַ מײדל זאָל בלײַבן אַן אַלטע מױד נאָר דערפֿאַר, ווײַל זי האָט אַ סך געלט.
רײזעלע זיצט בײַם רודער פֿון איר אױטאָ, לעבן איר זיצט איר מאַן מאָניע. רײזעלע: מאָניע, שױן אַ צען מינוט, אַז דער משוגענער זעלבסטמערדער לױפֿט פֿאַר מײַן אױטאָ. װאָס זאָל איך טאָן?
מאָניע: פּרוּװ אַראָפּצופֿאָרן פֿונעם טראָטואַר אױפֿן שאָסײ.
אַן אַלטער ייִד ליגט אין בעט און גוססט. לעבן אים שטײט די גאַנצע משפּחה. דער אַלטער פֿרעגט:
— מײַן פֿרױ איז דאָ?
— יאָ, מײַן טײַערער, איך בין דאָ.
— די קינדער זײַנען דאָ?
— יאָ, טאַטעניו, מיר זײַנען דאָ.
— און מײַנע אײניקלעך? אױך זײ זײַנען דאָ?
— יאָ, זײדעניו, מיר זײַנען דאָ.
— אױב אַזױ, פֿאַר װאָס ברענט אומזיסט דאָס ליכט אױף דער קיך?…
אַן אַלטער ייִד קומט צום רבין. װאָס איז?… ער װיל זיך גטן.
— ר’ איזיע, װאָס איז מיט אײַך?… איר זענט שױן, מיט גאָטס הילף, געקומען צו גבֿורות, און אָפּגעלעבט מיט אײַער רײזעלען אַריבער זעכציק יאָר. װאָס פּלוצעם, זיך גטן?
— רבי־לעבן, אָבער איר קענט זיך אַפֿילו ניט פֿאָרשטעלן װאָס טוט די פּאַסקודסטװע, װען איך װער אַנטשלאָפֿן.
— איז לאָמיך, צום בײַשפּיל, הערן…
— רבי, זי טוט אָן מײַנע צײן און עסט קנאָבל מיט כרײן!
בעניע ראַבינאָװיטש און זײַן פֿרױ מאַניע זיצן אין קינאָ און קוקן אַ שוידער־פֿילם. אײן סצענע איז שרעקלעכער פֿון דער צװײטער, די מאָנסטערס קריכן אַהער און אַהין, אַזױ רעאַליסטיש, אַז ס’דאַכט זיך, אַז אָט־אָט װעלן זײ אַרײַנקריכן אין זאַל אַרײַן. מאַניע ציטערט און טוליעט זיך צו צו איר מאַן:
— מאַמע… מאַמע, מײַנע…
— אָ, כ‘זע, דו האָסט זי אױך דערקענט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.