פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186497/ פֿון לעאָן עלבע
דער זיידע האָט דערציילט דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע, וואָס פֿאַר אַ חכם און וואָס פֿאַר אַ קענער שלמה המלך איז געווען. דער קליגסטער פֿון אַלע מענטשן איז ער געווען. עס איז ניט געווען קיין איין רעטעניש, וואָס ער זאָל ניט טרעפֿן. הײַנט האָט ער געקענט אַלע שפּראַכן, וואָס מענטשן רעדן נאָר, און אַפֿילו די שפּראַך פֿון חיות און עופֿות מיט אַלע זייערע הוועיות און אויך דאָס גערויש פֿון ביימער און גראָזן און פֿון ווינטן דאָס בלאָזן — אַפֿילו דאָס האָט ער פֿאַרשטאַנען.
ייִנגעלע־רינגעלע האָט דאָס געהערט, האָט ער זיך געוווּנדערט און מקנא געווען. אים האָט זיך אויך געוואָלט זײַן אַזאַ ווי שלמה, ניט קיין מלך, נאָר אַ חכם און אַ קענער, טרעפֿן אַלץ, וויסן אַלץ, און פֿאַרשטיין אַלץ: פֿאַרשטיין וואָס עס רעדן חיות און עופֿות, ביימער און גראָזן. יאָ, ער, ייִנגעלע־רינגעלע, פֿאַרשטייט אויך וואָס זיי רעדן, אָבער דאָס איז נאָר אין חלום, און שלמה המלך האָט פֿאַרשטאַנען אויף דער וואָר! אַזוי דערציילט דער זיידע.
און ייִנגעלע־רינגעלע לייגט זיך שלאָפֿן און טראַכט פֿון שלמה המלך, און טראַכטנדיק ווערט ער אײַנגעשלאָפֿן, און ווערט ער אײַנגעשלאָפן אַזוי נעמט זיך אים שוין חלומען, ווי ער גייט צום מלך, וואָס אויף יענער זײַט טײַך. גייט ער, און קוקט אויפֿן הימל, אפֿשר וועט זיך גאָט צו אים באַווײַזן, אַזוי ווי צו שלמהן און פֿרעגן אים: ייִנגעלע־רינגעלע, זאָג מיר, וואָס ווילסטו, וועל איך דיר געבן? און ער וועט ענטפֿערן, אַזוי ווי שלמה האָט געענטפֿערט: גיב מיר חכמה, גיב מיר שׂכל! איך וויל קלוג זײַן, איך וויל פֿאַרשטיין אַלץ אין דער וועלט!
און ווי ער קוקט אַזוי אויפֿן הימל, ערשט ער דערזעט אַ פֿויגל פֿליט. אָבער אַ מאָדנער פֿויגל, אַזאַ וואָס ער האָט גאָר קיין מאָל ניט געזען, מיט אַ פֿראַנדז פֿון פֿעדערן אויפֿן קאָפּ, און פֿליט אַזוי מאָדנע, גאָר ניט ווי אַלע פֿויגלען. דערמאָנט ער זיך, אַז געזען האָט ער טאַקע ניט אַזאַ פֿויגל, אָבער געהערט פֿון אים האָט ער יאָ: דער זיידע האָט אים דערציילט, אַז עס איז פֿאַראַנען אַזאַ פֿויגל, וואָס הייסט אויערהאָן.
ווי ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך דאָס דערמאָנט, אַזוי האָט ער גענומען רופֿן דעם פֿויגל און פֿרעגן אים:
— אויערהאָן, אויערהאָן!
זאָג, פֿון וואַנען קומסטו אָן?
שרײַט דער אויערהאָן אַרונטער מיט אַזאַ מאָדנעם קאָל:
— פֿון שלמה המלך קום איך אָן,
אין גאָלד און זילבער אָנגעטאָן.
ווי ייִנגעלע־רינגעלע האָט דאָס דערהערט, האָט ער זיך אַ כאַפּ געטאָן מיט גרויס פֿרייד און זיך אָנגערופֿן:
— טאַקע? פֿון שלמה המלך? פֿון אים אַליין קומסטו צו גיין? טאָ דערצייל מיר, וואָס דאָרטן טוט זיך!
שרײַט ווידער דער אויערהאָן אַרונטער מיט זײַן מאָדנעם קול:
— שלמה־המלך זיצט אויפֿן טראָן
אין גאָלד און זילבער אָנגעטאָן.
זאָגט ייִנגעלע־רינגעלע:
— ניט דאָס וויל איך וויסן. דערצייל מיר פֿון זײַן חכמה. זאָג מיר די רעטענישן וואָס ער טרעפֿט, זינג מיר די לידער וואָס ער זינגט, דערצייל מיר וואָס ער רעדט צו די חיות און צו די עופֿות, און וואָס זיי רעדן צו אים.
ענטפֿערט דער אויערהאָן:
— איך האָב קיין צײַט ניט, ייִנגעלע, מעשׂיות דיר צו דערציילן. איך אײַל זיך. שלמה המלך האָט מיך געשיקט מיט אַ וויכטיק שליחות און איך מוז זיך אויף גיך אומקערן.
פֿרעגט ייִנגעלע־רינגעלע:
— וווּהין האָט ער דאָס דיך געשיקט?
ענטפֿערט דער אויערהאָן מיט אַ געלעכטער:
— אַלץ ווילסטו וויסן, ייִנגעלע? וועסט דאָך גיך אַלט ווערן!
מאַכט ייִנגעלע־רינגעלע:
— לאַך ניט פֿון מיר! זײַ ניט קיין שלעכטער, און זאָג מיר, וווּהין האָט דיך שלמה־המלך געשיקט.
זאָגט דער אויערהאָן:
— מיט אַ בריוו צו דער מלכּה שבֿאָ, זי זאָל קומען צו אים.
גיט זיך ייִנגעלע־רינגעלע אַ כאַפּ און איבערן שטערן אַ קלאַפּ:
— אַ, צו דער מלכּה שבֿאָ? ווייס איך דאָך.
רופֿט זיך אָן דער אויערהאָן:
— אַלץ ווייסטו! פֿון וואַנען ווייסטו דאָס?
ענטפֿערט ייִנגעלע:
— דער זיידע האָט מיר פֿון דער מלכּה שבֿאָ אויך דערציילט. ער האָט מיר דערציילט, אַז די מלכּה שבֿאָ קיניגט אין אַ ווײַטער מדינה, וווּ זאַמד איז טײַערער פֿון גאָלד און זילבער וואַלגערט זיך אין די גאַסן ווי מיסט — אַ, איך וואָלט דאָרטן וועלן אַזוי זײַן! איך וועל מיט דיר אויך פֿליִען.
צעלאַכט זיך דער אויערהאָן און ער זאָגט:
— ווי אַזוי וועסטו פֿליִען? דו האָסט דאָך קיין פֿליגלען ניט!
מאַכט ייִנגעלע:
— לאַך ניט אַזוי! איך האָב טאַקע ניט קיין פֿליגלען, אָבער איך האָב אַ רינגעלע, ניט קיין פּראָסט רינגעלע, נאָר אַ צויבער־רינגעלע, און ס׳רינגעלע וועט מיר שוין געבן, מיט וואָס צו פֿליִען.
וויל דער אויערהאָן ניט גלייבן. אָבער ייִנגעלע־רינגעלע זאָגט צו אים:
— וואַרט, וועסטו זען.
— רינגעלע, גיב מיר אַ וואָגן אָן פֿערד,
זאָל פֿליִען אין הימל, ניט אויף דער ערד!
און אין איין אויגנבליק איז געוואָרן אַן עראָפּלאַן. ייִנגעלע האָט זיך אַרײַנגעזעצט אין עראָפּלאַן, און דער עראָפּלאַן האָט גענומען קלאַפּן מיט די פֿליגלען און זיך אויפֿגעהויבן פֿון דער ערד הויך, הויך, אַזוי הויך, ווי דער אויערהאָן און אפֿשר נאָך העכער. און דער אויערהאָן האָט זיך געוווּנדערט און געוווּנדערט און גאָר ניט געקענט זיך אָפּוווּנדערן.
איז דער אויערהאָן געפֿלויגן ווײַטער זײַן וועג, מיטן בריוו פֿון שלמה המלך צו דער מלכּה שבֿאָ, אָנגעבונדן אין זײַן פֿליגל, און ייִנגעלע־רינגעלע איז געפֿלויגן גלײַך מיט אים אין דעם עראָפּלאַן. זענען זיי געפֿלויגן און געפֿלויגן, ביז זיי זענען געקומען צו פֿליִען צו דער מלכּה שבֿאָ. דער אויערהאָן האָט זיך אַראָפּגעלאָזן צו דער מלכּה שבֿאָ גלײַך אויפֿן שויס, און די מלכּה שבֿאָ האָט אָפּגעבונדן דעם בריוו פֿון דעם אויערהאָנס פֿליגל און געלייענט, אַז שלמה המלך וויל זי גלײַך זען.
זאָגט די מלכּה שבֿאָ:
— ווי אַזוי קען איך צו אים גלײַך קומען, אַז פֿון מײַן מדינה צו שלמהס מדינה איז אַ מהלך פֿון זיבן יאָר, טאַקע ניט אין חלום, נאָר אויף דער וואָר?
מישט זיך אַרײַן ייִנגעלע־רינגעלע און ער זאָגט צו דער מלכּה שבֿאָ:
— אויב דו ווילסט, קעניגין, וועל איך דיך נעמען אין מײַן עראָפּלאַן, וועסטו קענען קומען גלײַך צום קעניג שלמה.
פּאַטשט דער אויערהאָן צו מיט די פֿליגלען און ער זאָגט:
— יאָ, ריכטיק, קעניגין פֿון שבֿאָ!
גיט זיך די מלכּה שבֿאָ אַ קער צום ייִנגעלע און זאָגט:
— ווער ביסטו, ייִנגעלע? ביסטו ניט שלמה המלכס אַ זון?
ענטפֿערט ייִנגעלע:
— ניין, קעניגין! איך בין ניט שלמה המלכס אַ זון און ניט דער זון פֿון אַן אַנדער מלך. איך בין אַ פּראָסט ייִנגעלע, נאָר אַזוי ווי איך האָב אַ רינגעלע, וואָס טוט פֿאַר מיר אַלץ אין דער וועלט, רופֿט מען מיך דערפֿאַר ייִנגעלע־רינגעלע.
מאַכט די מלכּה שבֿאָ:
— אַזוי? ביסטו דאָס ייִנגעלע־רינגעלע? אויב אַזוי, איז שוין בײַ מיר אַלץ רעכט און איך וועל קיין קשיות ניט פֿרעגן.
האָט די מלכּה שבֿאָ מיט זיך גענומען טײַערע מתּנות צו ברענגען צום קעניג שלמה און זי האָט זיך אַרײַנגעזעצט מיט ייִנגעלע־רינגעלע אין עראָפּלאַן, און זיי זענען געפֿלויגן פֿײַל פֿון בויגן. דער אויערהאָן איז געפֿלויגן אַפֿריִער און האָט זיי געוויזן דעם וועג.
אין דעם זעלביקן טאָג זענען זיי געקומען צו פֿליִען צו שלמה המלך, און מען האָט זיי אַרײַנגעפֿירט אין זײַן גלעזערנעם פּאַלאַץ, וווּ אַלצדינג, פֿון דיל ביז אַרויף צום סופֿיט, איז געווען פֿון גלאָז, פֿון דעם טײַערסטן געשליפֿענעם גלאָז.
אַז די מלכּה שבֿאָ האָט דאָס דערזען, האָט זי זיך דערשראָקן, ווײַל זי האָט געמיינט, אַז דער פּאַלאַץ שטייט אין אַ טײַך מיט וואַסער, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך אויך דערשראָקן, ווײַל ער האָט אויך געמיינט, אַז עס איז פֿון וואַסער און ער וועט באַלד ווערן אַ נאַסער. און ווען די מלכּה שבֿאָ האָט פֿאַר שרעק אויסגעטאָן די שיך, האָט ייִנגעלע־רינגעלע אויך אויסגעטאָן די שיך. שלמה המלך האָט דאָס דערזען, האָט ער אַ שמייכל געטאָן, ווײַל ער האָט פֿאַרשטאַנען זייער טעות. מאַכט ער צו זיי:
— האָט קיין מורא ניט! עס איז ניט קיין וואַסער, נאָר גלאָז.
זאָגט די מלכּה שבֿאָ:
— וואָס טויג דיר, קעניג, אַ פּאַלאַץ פֿון גלאָז, אַז דו קענסט מאַכן אַ פּאַלאַץ פֿון גאָלד? אויב דו האָסט ניט, וועל איך דיר געבן, ווײַל בײַ מיר אין לאַנד איז דאָ גאָלד ווי מיסט.
ענטפֿערט שלמה המלך:
— מיין ניט, קעניגין, אַז איך בין אַזאַ אָרעמאַן. איך האָב אויך גענוג גאָלד אויף צו מאַכן אַ פּאַלאַץ, אָבער אין אַ גאָלדענעם פּאַלאַץ וועל איך ניט זען דאָס פֿאָלק און דאָס פֿאָלק וועט מיך ניט זען, און אין אַ גלעזערנעם פּאַלאַץ זע איך דאָס פֿאָלק און דאָס פֿאָלק זעט מיך.
איז דאָס דער מלכּה שבֿאָ געפֿעלן געוואָרן און זי האָט געזאָגט צו שלמהן:
— נו, איך זע שוין, אַז דו ביסט אַ קלוגער. איצטער טרעף מיר אַ רעטעניש:
פֿון דער ערד קריכט אַרויס,
ווי אַ וואַסער גיסט זיך אויס,
און ס׳פֿילט אָן דאָס גאַנצע הויז.
ענטפֿערט שלמה:
— נאַפֿט, ווײַל אַז מען צינדט עס אָן, ווערט ליכטיק אין הויז.
מאַכט די מלכּה שבֿאָ:
— געטראָפֿן. איצטער זאָג מיר, וואָס איז דאָס:
ווי עס גיט אַ בלאָז אַ ווינט,
בייגט ער אײַן דעם קאָפּ געשווינד.
פֿאַר רײַכע איז עס אַ פּוץ,
פֿאַר אָרעמע — אַ נוץ,
פֿאַר לעבעדיקע — אַ סוף,
פֿאַר זינדיקע — אַ שטראָף,
פֿאַר פֿייגל — אַ פֿרייד,
פֿאַר פֿיש — אַ לייד.
ענטפֿערט שלמה:
— לײַן, ווײַל אַז לײַן וואַקסט אויפֿן פֿעלד און דער ווינט בלאָזט, רוישן די שטענגלעך און די קעפּלעך בייגן זיך. פֿון פֿלאַקס וועבט מען פֿײַנע לײַנען פֿאַר רײַכע, און גראָבן, שטאַרקן לײַוונט פֿאַר אָרעמע. אַ מענטש, אַז ער שטאַרבט, באַגראָבט מען אים אין תּכריכים, געמאַכט פֿון לײַוונט. באַשטראָפֿט מען אַ פֿאַרברעכער, הענגט מען אים אויף אויף אַ שטריק וואָס איז געמאַכט פֿון פֿלאַקס. די פֿייגל פּיקן די קערנער פֿון לײַן, בעת דאָס וואַקסט אויפֿן פֿעלד, און פֿיש כאַפּט מען אין נעצן, געפֿלאָכטן פֿון פֿלאַקס.
זאָגט די מלכּה שבֿאָ:
— אויך געטראָפֿן!
גיט דערנאָך דער קעניג שלמה אַ קוק אויפֿן ייִנגעלע און ער פֿרעגט די קעניגין פֿון שבֿאָ:
— איז דאָס דײַן זון, קעניגין?
ענטפֿערט די מלכּה שבֿאָ:
— ניין, קעניג! דאָס איז ייִנגעלע־רינגעלע. ער האָט דאָס מיך געבראַכט אַהער אויף אַ לופֿטשיף אין איין טאָג.
מאַכט שלמה המלך:
— אָ, ייִנגעלע־רינגעלע? איך האָב געהערט פֿון אים. נו, זאָל ער בלײַבן בײַ מיר און מיט זײַן רינגעלע בויען פֿאַר מיר שיפֿן, וואַסערשיפֿן און לופֿטשיפֿן.
— ניין, אַדוני מלך! איך קען איצטער בײַ דיר ניט בלײַבן. איך מוז גיין צו אַן אַנדער מלך, וועלכער געפֿינט זיך אויף יענער זײַט טײַך. איך גיי שוין צו אים אַ לאַנגע צײַט, נאָר שטענדיק מאַכט זיך עפּעס אין וועג און איך קען צו אים ניט קומען.
רופֿט זיך אָן די מלכּה שבֿאָ:
— און ווער וועט מיך צוריק אַהיים ברענגען?
זאָגט שלמה המלך:
— דאָס וועל איך שוין באַזאָרגן, קעניגין! איך האָב אַ גרויסן אָדלער, וועסטו זיך אויף אים זעצן רײַטנדיק, וועט ער דיך ברענגען אין איין טאָג אַהיים.
און צום ייִנגעלע האָט שלמה המלך געזאָגט:
— גיי בשלום און קום צו מיר נאָך אַ מאָל.
און די מלכּה שבֿאָ האָט דאָס צו אים אויך געזאָגט, און זיי האָבן אים ביידע געגעבן מתּנות, און ייִנגעלע־רינגעלע איז אַוועק. אָבער וואָס ס׳איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.