פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186251
ייִנגעלע־רינגעלע האָט זייער געוואָלט האָבן אַ פֿידעלע און קענען שפּילן אויף דעם, האָט ער געבעטן און געבעטן דעם טאַטן, ער זאָל אים קויפֿן אַ פֿידעלע, און ער האָט אַזוי לאַנג געבעטן, ביז דער טאַטע האָט אים געקויפֿט. און ער האָט אים אויך געדונגען אַ לערער, ער זאָל אים לערנען שפּילן.
ייִנגעלע האָט זיך זייער גוט געלערנט און ער האָט געשפּילט מיט גרויס חשק און גרויס געפֿיל. ער האָט זײַן פֿידעלע ליב געהאַט ווי זײַן לעבן. ווי ער האָט נאָר געהאַט אַ ביסל צײַט, אַזוי האָט ער גענומען און געשפּילט, און ווען ער האָט ניט געשפּילט, איז דאָס פֿידעלע געהאָנגען אויף דער וואַנט איבער זײַן בעטל, און ווען ייִנגעלע האָט זיך געלייגט שלאָפֿן, האָט ער זיך אומגעקערט מיטן פּנים צו דער וואַנט און געקוקט אויף דעם פֿידעלע, געקוקט און געקוקט, ביז די אויגן האָבן זיך אים גענומען קלעפּן און ער איז אײַנגעשלאָפֿן.
אײַנגעשלאָפֿן, גייט ער שוין צום מלך אין פּאַלאַץ. און דאָס פֿידעלע טראָגט ער מיט זיך. ער טראַכט: ער וועט קומען צום מלך אין פּאַלאַץ, וועט ער פֿאַר אים נעמען שפּילן, וועט דעם מלך ווערן גוט אויפֿן האַרצן, און ער וועט גוט זײַן צו זײַן פֿאָלק און מער קיין שלעכטס קיינעם ניט טאָן.
גייט ער און גייט, ייִנגעלע־רינגעלע, גייט און טראַכט, מיט אַ מאָל דערהערט ער עפּעס אַ שטים!
הייבט ער אויף די אויגן און גיט אַ קוק, זעט ער, אַן אַלטער מאַן, אַזוי ווי אַ זיידע, זיצט אויף אַ שטיין, זיצט און זאָגט עפּעס, זאָגט געשמאַק, מיט אַ ניגון, אַז עס איז אַ פֿאַרגעניגן:
„ווויל איז דעם מענטשן, וואָס גייט ניט אַרום מיט רשעים און שטייט ניט מיט זינדיקע און זיצט ניט מיט פּוסטע מענטשן‟.
מאַכט צו אים ייִנגעלע־רינגעלע:
— וואָס זאָגסטו דאָס, אַלטער מאַן?
ענטפֿערט דער אַלטער מאַן:
— תּהילים זאָג איך דאָס, יונג קינד! ווייסטו וואָס דאָס איז?
זאָגט ייִנגעלע־רינגעלע:
— אַוודאי ווייס איך, וואָס דאָס איז! מײַן זיידע זאָגט אויך תּהילים.
פֿרעגט דער אַלטער:
— און ווער איז דײַן זיידע?
ענטפֿערט ייִנגעלע:
— אַן אַלטער מאַן אַזוי ווי דו.
פֿרעגט דער אַלטער:
— און ווער ביסטו אַליין?
ענטפֿערט ייִנגעלע:
— איך אַליין בין ייִנגעלע־רינגעלע.
מאַכט דער אַלטער:
— אַזוי? דו ביסט דאָס ייִנגעלע־רינגעלע? איך האָב געהערט פֿון דיר. מען דערציילט גאָר פֿײַנע מעשׂיות פֿון דיר.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— און ווער ביסטו?
ענטפֿערט דער אַלטער:
— איך בין דוד המלך, אויב דו האָסט געהערט.
שרײַט אויס ייִנגעלע:
— דוד המלך? אַוודאי האָב איך געהערט פֿון דיר. מײַן זיידע האָט מיר אַלץ דערציילט. אָבער דו ביסט דאָך אַ מלך, טאָ וווּ זשע איז דײַן קרוין אויפֿן קאָפּ?
גיט דוד המלך אַ זיפֿץ און ער ענטפֿערט:
— שווער צו טראָגן, ייִנגעלע, אַ קרוין אויפֿן קאָפּ, האָב איך זי געלאָזן אין דער היים אין מײַן פּאַלאַץ, און בין מיר געקומען אַהער זאָגן תּהילים. עס ווערט מיר גרינגער אויפֿן האַרצן. מיין איך, אַז איך בין אַ פּראָסטער מענטש, מיט אַלע מענטשן גלײַך.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— און וווּ איז דײַן פֿידעלע? מײַן זיידע האָט מיר געזאָגט, אַז דו האָסט אַ פֿידעלע, וואָס שפּילט אַליין.
מאַכט דוד המלך:
— יאָ, יאָ! איבער מײַן בעט הענגט דאָס פֿידעלע, און אַלע האַלבע נאַכט קומט אַ ווינט פֿון צפֿון־זײַט און נעמט בלאָזן איבער די סטרונעס, הייבט אָן דאָס פֿידעלע אַליין צו שפּילן און וועקט מיך אויף און בעט מיך, אַז איך זאָל עס נעמען אין האַנט און שפּילן אויף דעם. טו איך דאָס, און דאָס פֿידעלע זינגט און וויינט פֿאַר פֿרייד.
רופֿט זיך אָן ייִנגעלע:
— אַ, איך וואָלט וועלן הערן ווי דו שפּילסט!
זאָגט דוד המלך:
— גיב מיר, ייִנגעלע, דײַן פֿידעלע, וועל איך דיר ווײַזן.
האָט ייִנגעלע־רינגעלע געגעבן זײַן פֿידעלע, און דוד המלך האָט אויפֿגעשפּילט אַ זאַך, וואָס די וועלט האָט דאָס ניט געהערט, און גלײַך זענען אָנגעפֿלויגן אַלע זינגפֿויגלען פֿון גאָר דער וועלט. זיי זענען געקומען הערן דעם ניגון, וואָס דוד המלך האָט געשפּילט, כּדי דערנאָך אַליין דאָס צו זינגען. די פֿויגלען האָבן גאָר אָנגעקוואָלן פֿון דודס שפּילן און ווען ער האָט געענדיקט, האָבן זיי געפּאַטשט בראַוואָ מיט זייערע פֿליגלען. און דעם פֿראָש, וואָס איז געזעסן אין געמויזעכץ, האָט פֿאַרדראָסן, וואָס מען פּאַטשט דודן בראַוואָ, האָט ער אויסגעשריגן אויף זײַן קוואַ־קוואַ־קול:
— איך קען בעסערע ניגונים.
האָבן די פֿויגלען צו אים געזאָגט אין אַ געלעכטער:
— אַנו, אַנו, ווײַז וואָס דו קענסט.
האָט דער פֿראָש געמיינט אויף אַן אמת און ער האָט גענומען קוואַקען מיט אַלע כּוחות. נו־נו! האָט דוד געשמייכלט און די פֿויגלען האָבן זיך צעלאַכט און ייִנגעלע־רינגעלע אויך מיט זיי, און די פֿויגלען זענען אַוועקגעפֿלויגן זינגענדיק:
— פֿראָש, פֿראָש, גיי אַוועק.
האָסט אַ קוק ווי אַ זעג!
האָסט אַ קול האַרט ווי בלעך,
האָסט אַ קול זיס ווי פּעך.
וואָלטסטו קלוג זײַן, וואָלטסטו געשוויגן,
ניט געזונגען אונדז אַ ניגון.
האָט דער פֿראָש פֿאַר חרפּה זיך באַהאַלטן אין געמויזעכץ, און מען האָט אים שוין מער ניט געזען און מער ניט געהערט. און דוד המלך האָט צוריקגעגעבן דעם ייִנגעלע דאָס פֿידעלע און געזאָגט צו אים:
— נאַ, שפּיל דו איצטער עפּעס, לאָמיר הערן.
האָט זיך ייִנגעלע פֿאַרשעמט און געענטפֿערט:
— איך קען ניט שפּילן אַזוי ווי דו, אַדוני מלך! איך לערן זיך ערשט.
גיט דוד המלך אַ פּאַטש דעם ייִנגעלע איבער דער פּלייצע און זאָגט צו אים:
— נישקשה, שפּיל, שעם זיך ניט.
האָט ייִנגעלע אָנגעשטעלט דאָס פֿידעלע און גענומען שפּילן. און אַלע זינגפֿויגלען זענען ווידער אָנגעפֿלויגן ווײַל זיי האָבן געמיינט, אַז דוד המלך שפּילט ווײַטער: אַזוי גוט האָט ייִנגעלע־רינגעלע געשפּילט! אָבער ווען זיי האָבן אַרונטערגעקוקט און דערזען, ווער עס שפּילט דאָס, האָבן זיי זיך געוווּנדערט, אַז אַזאַ קליין ייִנגעלע זאָל אַזוי גוט שפּילן, און זיי האָבן געפּאַטשט בראַוואָ מיט זייערע פֿליגלען, אַזוי ווי זיי האָבן פֿריִער געפּאַטשט פֿאַר דודן, און זיי זענען אַוועקגעפֿלויגן אָנזאָגן דער וועלט:
— עס וואַקסט אַ נײַער דוד,
פֿאַר דער וועלט אַ כּבֿוד!
און דוד המלך האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ: יאָ! יאָ! און ער איז אויפֿגעשטאַנען און געזאָגט צום ייִנגעלע:
— קום צו מיר אין פּאַלאַץ וועלן זיי אַלע הערן, ווי דו שפּילסט.
מאַכט ייִנגעלע:
— ניין, איך קען ניט גיין איצטער צו דיר אין פּאַלאַץ. אַן אַנדערש מאָל. איך גיי איצטער צו אַן אַנדער מלך, וואָס אַלע זאָגן אויף אים, אַז ער איז אַ שלעכטער מלך, וועל איך שפּילן פֿאַר אים, וועט ער ווערן גוט.
רופֿט זיך אָן דוד המלך:
— אָ, די שלעכטע מלכים! איך בין אַ מאָל אויך געווען אַזאַ ייִנגל ווי דו, איך האָב אויך געשפּילט אויף אַ פֿידל פֿאַר אַ שלעכטן מלך. אַ שלעכטער און אַ משוגענער איז ער געווען, האָט ער אויף מיר געוואָרפֿן זײַן שפּיז און מיר שיִער ניט דערהרגעט. היט זיך, מײַן קינד, עס זאָל דיר קיין בייז ניט טרעפֿן! אַז די מלכים ווערן אין כּעס, קענען זיי מענטשן דערהרגענען. היט זיך פֿאַר זיי!
זאָגט ייִנגעלע:
— איך האָב קיין מורא ניט. איך האָב אַ רינגעלע, וואָס וועט מיך פֿון אַל דאָס בייז היטן.
זאָגט דוד:
— גיי בשלום און זאָל דיר גאָט באַגליקן דײַן וועג.
איז ייִנגעלע־רינגעלע געגאַנגען ווײַטער, איז ער געגאַנגען און געגאַנגען ביז ער איז מיד געוואָרן און ער האָט שוין מער ניט געקענט גיין. האָט ער זיך צוגעזעצט אויף אַ שטיין, און ווי ער האָט זיך צוגעזעצט, אַזוי האָט ער אײַנגעדרעמלט, און ווי ער האָט אײַנגעדרעמלט, אַזוי איז אָנגעקומען אַ ווינט פֿון צפֿון־זײַט און האָט גענומען בלאָזן איבער די סטרונעס פֿון ייִנגעלעס פֿידעלע, און ס׳פֿידעלע האָט אַליין גענומען שפּילן, האָט זיך ייִנגעלע אויפֿגעכאַפּט און ער האָט דערזען, אַז ער ליגט גאָר בײַ זיך אין בעטל און זײַן פֿידעלע הענגט אויף דער וואַנט איבער זײַן בעטל, ווי תּמיד.
שלאָפֿט ער ווידער אײַן, און עס חלומט זיך אים ווײַטער, ווי ער גייט צום מלך אין פּאַלאַץ. גייט ער און גייט, מיט אַ מאָל דערהערט ער עפּעס אַ טרובען און אַ שאַלן: טרו־טרו־אַ! טראַכט ייִנגעלע־רינגעלע: וואָס איז דאָס פֿאַר אַ טרובען אין מיטן דערינען? פֿאַלט אים אײַן, אַז עס מוז שוין זײַן נאָענט פֿון דעם מלכס פּאַלאַץ, און דאָס טרובעט אַ סאָלדאַט, בלאָזט אין אַ האָרן, אָנצוזאָגן, אַז דער מלך קומט צו פֿאָרן. ער גיט אָבער אַ קוק, ערשט דער זיידע שטייט לעבן אים און זאָגט אים, אַז עס איז ראָש־השנה, אַ נײַ יאָר איז דאָ!
האָט ייִנגעלע געוואָלט עפּעס זאָגן, אָבער דער זיידע איז שוין ניט געווען, און אַרום און אַרום איז וויסט און פּוסט, אַזוי ווי אין אַ מידבר.
מיט אַ מאָל וואַקסט פֿאַר אים אויס משה רבינו מיט די שטראַלנהערנער ווי תּמיד, און פֿרעגט אים:
— וואָס שטייסטו דאָ, ייִנגעלע, און וואָס קוקסטו און וואָס זוכסטו?
דערציילט אים ייִנגעלע־רינגעלע די גאַנצע מעשׂה, ווי אַזוי ער איז געגאַנגען צום מלכס פּאַלאַץ, און ער האָט דערהערט טרובענדיק, האָט ער געמיינט, אַז דאָס איז שוין דעם מלכס פּאַלאַץ און אַ סאָלדאַט בלאָזט דאָס אין האָרן אָנצוזאָגן, אַז דער מלך קומט צו פֿאָרן. ערשט עס הייבט זיך גאָר ניט אָן! דאָס איז גאָר ראָש־השנה און מען בלאָזט שופֿר.
גיט משה רבינו אַ שמייכל און אַ גלעט דעם ייִנגעלע איבערן בעקל און זאָגט צו אים:
— ראָש־השנה איז שוין געווען, נאָך מיט צוויי וואָכן צוריק, איצטער איז שוין סוכּות.
רופֿט זיך אָן ייִנגעלע־רינגעלע:
— אַזוי? שוין סוכּות?
ענטפֿערט משה רבינו:
— געוויס, די ייִדן זיצן דאָך שוין אין סוכּות. קום, וועסטו זען.
איז ייִנגעלע־רינגעלע אַוועק מיט משה רבינון, זענען זיי געגאַנגען און געגאַנגען, ביז זיי זענען געקומען צו דעם אָרט, וווּ די ייִדן זענען געזעסן אין די סוכּות. זאָגט משה רבינו צום ייִנגעלע:
— זעסט? אָט זיצן זיי אין סוכּות, די ייִדן וועלכע איך האָב אַרויסגענומען פֿון מצרים, וווּ זיי זענען געווען קנעכט בײַ פּרעהן און זײַנע האַרן. איך פֿיר זיי איצטער קיין ארץ־ישׂראל. דער וועג איז אָבער ווײַט, מוזן זיי זיך אָפּרוען, שטעלן זיי אויף בײַדלעך, — אָט די סוכּות, וואָס דו זעסט, — און זיי רוען זיך אָפּ און דערנאָך גייען זיי ווײַטער, און אַזוי וועלן זיי גיין, ביז זיי וועלן קומען קיין ארץ־ישׂראל, און אַז זיי וועלן קומען קיין ארץ־ישׂראל, וועלן זיי פֿאַרזייען פֿעלדער און פֿאַרפֿלאַנצן ווײַנגערטנער, און אַז עס וועט קומען דער האַרבסט, וועלן זיי אײַנזאַמלען די תּבֿואות פֿון די פֿעלדער און די ווײַנטרויבן פֿון די ווײַנגערטנער און עס וועט זײַן אַן אמתער יום־טובֿ מיט טענץ און מיט געזאַנג, מיט לולבֿים און מיט אתרוגים אין די הענט, און אין סוכּות וועלן זיי זיצן זיבן טעג. אָט דאָס וועט זײַן אַ שׂימחה, אָט דאָס וועט זײַן אַ פֿרייד! איך וועל דאָס אָבער ניט דערלעבן, איך וועל שטאַרבן!
און משה רבינו האָט גענומען וויינען און ייִנגעלע־רינגעלע האָט מיט אים מיטגעוויינט, האָבן די ייִדן אין די בײַדלעך דערהערט דאָס געוויין, זענען זיי אַרויסגעלאָפֿן פֿון די בײַדלעך אַ קוק טאָן וואָס דאָס איז. האָבן זיי דערזען, אַז משה וויינט, האָבן זיי געפֿרעגט וואָס ער וויינט. האָט משה צו זיי געזאָגט:
— איך מוז שטאַרבן, וואָרעם דער טאָג פֿון מײַן טויט איז געקומען. איר זעט אָט יענעם באַרג? אויף אים וועל איך אַרויף און ניט ווערן.
האָבן זיך די ייִדן צעוויינט און געזאָגט צו משהן:
— און אויף וועמען וועסטו אונדז איבערלאָזן? און ווער וועט אונדז אַרײַנפֿירן אין ארץ־ישׂראל?
האָט משה געענטפֿערט:
— יהושע, מײַן תּלמיד, וועט אײַך אַרײַנפֿירן. ער ווייסט דעם וועג.
רופֿט זיך אָן ייִנגעלע־רינגעלע:
— איך ווייס אויך דעם וועג. מײַן רינגעלע וועט מיר ווײַזן דעם וועג. איך וועל פֿירן!
און ייִנגעלע האָט אַ מאַך געטאָן מיטן רינגעלע און אַ זאָג געטאָן:
— איינס, צוויי, דרײַ, פֿיר,
גיט זיך, קינדער, גיך אַ ריר!
גיט משה רבינו אַ שמייכל און אַ גלעט דעם ייִנגעלע איבערן בעקל און זאָגט צו אים:
— ניין, ייִנגעלע, דו ביסט צו קליין צו פֿירן די ייִדן. יהושע וועט זיי פֿירן.
און משה רבינו האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט די ייִדן, האָט זיי אַלעמען געבענטשט און איז אַרויף אויפֿן באַרג, אויפֿן סאַמע שפּיץ, און איז ניט געוואָרן, און אַלע ייִדן האָבן געוווּסט, אַז ער איז געשטאָרבן. און ייִנגעלע־רינגעלע האָט עס אויך געוווּסט. און אַלע ייִדן האָבן זיך צעוויינט און ייִנגעלע־רינגעלע אויך מיט זיי, און וויינענדיק האָט ער זיך אויפֿגעכאַפּט. טאַטע־מאַמע האָבן זיך דערשראָקן און זענען צוגעלאָפֿן צו אים.
— וואָס איז דיר, מײַן קינד? — האָט די מאַמע געפֿרעגט, און דער טאַטע אויך, — וואָס האָט זיך דיר געחלומט?
ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיי דערציילט וואָס עס האָט זיך אים געחלומט. אָבער וואָס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.