פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185880/
מיט אַ קראַנץ פֿון יוני־רויזן אויף זײַן בלאָנדן קאָפּ איז דער זומער געשטאַנען בײַ די טויערן פֿון דרויסן און האָט געוואַרט, דער לוח זאָל אים שוין אָנזאָגן, אַז דער פֿרילינג איז אַוועק און ער, דער זומער, מעג שוין אַרײַן, אַרטיק און פֿײַן.
ער האָט זיך אָבער ניט געקענט דערוואַרטן, דער זומער דער שטיפֿער, און ווי נאָר דער לוח האָט זיך פֿאַרקוקט אויפֿן הימל, זען, צי עס וועט זײַן זון אָדער רעגן, אַזוי האָט ער זיך אַרײַנגעכאַפּט, דער זומער דער שטיפֿער, און אַ בלאָז געטאָן מיט זײַן הייסן אָטעם, און אַלע קינדער, און אויך דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע, איז געוואָרן הייס. און ווי עס איז געוואָרן הייס, אַזוי האָבן אַלע אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך די קאַפּאָטקעלעך און צעהיצטע און פֿאַרשוויצטע האָבן זיי זיך צעזונגען:
קומט דער ליבער זומער,
זומער,
שפּילן מיר אין זאַמד.
דאָס איז אונדזער וווינונג,
וווינונג,
דאָס איז אונדזער לאַנד.
שוואַרצע קאַרשן רײַסן מיר,
רויטע לאָזן מיר שטיין,
מאַמע רופֿט אין שטוב אַרײַן,
ווילט זיך גאָרניט גיין.
אַז עס ווערט אָבער אָוונט, מוז מען שוין אַרײַן אין שטוב, וואָרעם מען דאַרף זיך דאָך לייגן שלאָפֿן. גייען אַלע קינדער, יעדעס אין זײַן הויז אַרײַן, און ייִנגעלע־רינגעלע גייט אויך אין זײַן הויז אַרײַן. לייגן זיך אַלע קינדער שלאָפֿן, און ייִנגעלע־רינגעלע אויך. חלומען אַלע קינדער, יעדעס קינד זײַן חלום, און ייִנגעלע־רינגעלע חלומט זיך זײַן חלום, אַלץ וועגן דעם, ווי ער גייט צום מלך אין פּאַלאַץ.
גייט ער אַזוי און גייט מיטן ברייטן וועג, און גייענדיק ווערט אים הייס. טוט ער אויס דאָס קאַפּאָטקעלע און גייט ווײַטער, און גייענדיק טראַכט ער וועגן די אַלע חידושים, וואָס ער וועט זען בײַם מלך אין פּאַלאַץ, און וואָס ער וועט דאָרטן טאָן. ער זאָל כאָטש ניט פֿאַרגעסן צו קריגן דאָס כּישוף־פֿײַפֿעלע, מיט וועלכן דער מלך רופֿט אַרויס אַלע כּישוף־מאַכער פֿון צויבער־אינדזל!
און ווי ער גייט אַזוי מיטן ברייטן וועג, גייט און טראַכט, ערשט ער דערהערט מיט אַ מאָל קולות זינגענדיק, אַזוי פֿריילעך, אַזוי לוסטיק:
אין דעם חודש סיוון,
די טעג זעקס און זיבן,
האָבן מיר שבֿועות,
אַ יום־טובֿ אַזאַ ליבן!
און מיר שנײַדן אַיִר
און מיר שנײַדן גראָזן,
און די אַיִר פֿײַפֿן,
ווען די ליפּן בלאָזן.
און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך דערמאָנט, אַז באַלד איז טאַקע שבֿועות און מען דאַרף אויספּוצן די הײַזער מיט גרינס. אָבער וווּ זינגט מען דאָס? און ווער זינגט דאָס? און ער קוקט אין אַלע זײַטן, זען, פֿון וואַנען דאָס געזאַנג טראָגט זיך. און באַלד דערזעט ער פֿון אַ זײַטיקן וועג געקומען אַ גאַנצע מחנה ייִנגלעך, די קאַפּאָטקעלעך פֿון זיך אַראָפּגעוואָרפֿן, קומען אָן און זינגען דאָס לידל. שטעלט ער זיי אָפּ און פֿרעגט זיי:
— וווּהין גייט איר, קינדער?
ענטפֿערן זיי אַלע מיט אַ מאָל אין איין קול:
— אָנשנײַדן גרינס אויף שבֿועות!
פֿאַרגעסט זיך ייִנגעלע־רינגעלע, אַז ער דאַרף גיין צום מלך אין פּאַלאַץ, און ער זאָגט צו די קינדער:
— איך וויל אויך גיין.
ענטפֿערן די קינדער:
געזונטערהייט! דער וועג איז ברייט. קום אויך!
גייט ער מיט זיי. אין וועג פֿרעגן בײַ אים די קינדער:
— און אַ מעסערל האָסטו אויף צו שנײַדן דאָס גרינס?
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:
— קיין מעסערל האָב איך ניט, נאָר איך האָב אַ רינגעלע.
צעלאַכן זיך די קינדער און זיי זאָגן:
— אַ רינגעלע? אַ רינגעלע האָסטו? און ווי אַזוי וועסטו דאָס שנײַדן מיט אַ רינגעלע?
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:
— דאָס רינגעלע וועט ניט שנײַדן, אָבער דאָס וועט מיר געבן אַ מעסערל.
לאַכן ווידער די קינדער. זאָגט צו זיי ייִנגעלע־רינגעלע:
— לאַכט ניט! מײַן רינגעלע איז ניט קיין פּראָסט רינגעלע, נאָר אַ צויבער־רינגעלע, און וואָס איך וויל, גיט דאָס מיר. אָט באַלד וועט איר טאַקע זען, וואָס עס וועט געבן.
און ייִנגעלע האָט גענומען דאָס רינגעלע און אַ זאָג געטאָן צו אים:
— רינגעלע, רינגעלע,
טו מיר צוליב!
רינגעלע, רינגעלע,
אַ מעסערל גיב!
צי פֿון דעם הימל,
צי פֿון דער ערד,
אַ מעסערל גיב מיר,
שאַרף ווי אַ שווערד!
די קינדער האָבן שוין אָנגעגרייט די הויפֿנס אויף צו לאַכן, אָבער זיי האָבן נישט געלאַכט, ווײַל גלײַך ווי ייִנגעלע־רינגעלע האָט אָפּגעזאָגט זײַנע ווערטער, איז פֿון דער ערד אַרויסגעשפּרונגען אַ מעסערל, אַ שפּאָגל נײַ מעסערל, און זיך אַוועקגעלייגט בײַ ייִנגעלעס פֿיס. די קינדער זענען געבליבן שטיין פֿאַרגאַפֿטע, מיט אָפֿענע מײַלער, און אַז זיי זענען געקומען צו זיך פֿון זייער גרויס פֿאַרוווּנדערונג, האָבן זיי אַלע אין איין קול גענומען שרײַען:
— ייִנגעלע־רינגעלע, זײַ אונדזער פֿירער!
און ייִנגעלע־רינגעלע איז געוואָרן זייער פֿירער און זיי זענען געגאַנגען און געגאַנגען, ביז זיי זענען געקומען צו אַ געמויזעכץ, וווּ ס’איז געוואַקסן אַיִר און וואַסער־שטעקלעך און אַנדערע וואַסערגראָזן, טאַקע דאָס וואָס זיי האָבן געדאַרפֿט האָבן.
לעבן געמויזעכץ אָבער איז געשטאַנען אַ בושל אויף איין פֿוס, ווי זײַן שטייגער איז. האָבן זיך די קינדער דערשראָקן. האָט דער בושל זיי באַרויִקט און געזאָגט צו זיי:
— האָט קיין מורא ניט, קינדערלעך! איך וועל אײַך ניט טשעפּען. איך טשעפּע נאָר די פֿרעש אין געמויזעכץ. זאָגט מיר נאָר וווּהין גייט איר?
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע פֿאַר אַלע קינדער, וואָרעם ער איז דאָך דער פֿירער:
— מיר גייען דאָ צום געמויזעכץ אָנשנײַדן גרינס אויף שבֿועות.
בײַט איבער דער בושל דעם פֿוס און קוקט אָן די קינדער און גיט זיי אַ פֿרעג:
— וואָס איז דאָס פֿאַר אַ שבֿועות? איר האָט דען געשוווירן?
צעלאַכן זיך די קינדער, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט געענטפֿערט דעם בושל:
— ניין, ס’איז ניט שבֿועות, וואָס מען שווערט, נאָר ס’איז שבֿועות אַ יום־טובֿ. שנײַדן מיר אָן גרינס און מיר מאַכן פֿון די גרינס רייזעלעך, מגן־דודס און אַנדערע צאַצקעס און פּוצן אויס די הײַזער דערמיט לכּבֿוד יום־טובֿ. הײַנט מאַכן מיר נאָך פֿײַפֿעלעך פֿון די אַיִר מיט די וואַסער־שטעקלעך.
בײַט דער בושל ווידער איבער דעם פֿוס און ער זאָגט:
— אַהאַ, איצט פֿאַרשטיי איך שוין. נו, טאָ גייט און שנײַדט אײַך אָן גרינס וויפֿל איר ווילט אַליין און האָט אײַך אַ פֿריילעכן יום־טובֿ. אָבער די פֿרעש און געמויזעכץ זאָלט איר ניט טשעפּען!
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:
— מיר עסן ניט קיין פֿרעש. מאַמע וועט אונדז געבן יום־טובֿ־בלינצעס און פּוטער־קיכלעך מיט קאַווע.
זאָגט דער בושל:
— נו, איז גוט. גייט שנײַדט!
זענען די קינדער צוגעגאַנגען צום געמויזעכץ און גענומען שנײַדן דאָס גרינס. שנײַדן זיי און זיי זינגען. האָבן די פֿרעש דאָס דערהערט, האָבן זיי זיך דערשראָקן און זיך באַהאַלטן טיף אין געמויזעכץ. נאָר איין פֿראָש, אַ יונגער, האָט זיך דערוועגט אַרויסצושטעקן דעם קאָפּ און אַ געשריי טאָן אויף די קינדער מיט זײַן קוואַ־קוואַ־לשון:
— וואָס שנײַדט איר אויס דאָס גראָז פֿון מײַן געמויזעכץ?
מאַכט צו אים ייִנגעלע־רינגעלע:
— עס וועט נאָך בלײַבן גענוג פֿאַר דיר, נאַרישער פֿראָש! דו שווײַג בעסער און באַהאַלט דײַן נאַרישן קאָפּ טיף אין געמויזעכץ, וואָרעם אָט שטייט דאָ דער בושל.
ווי דער פֿראָש האָט דערהערט דעם נאָמען „בושל‟ אַזוי האָט ער פֿאַר שרעק געגעבן אַ שפּרונג צוריק אין געמויזעכץ און באַהאַלטן זיך מיט אַלע פֿרעש צו גלײַך.
און די קינדער האָבן אָנגעשניטן גענוג גרינס פֿון אַלע מינים און זיי זענען אַוועק זינגענדיק און שפּרינגענדיק אַהיים.
גייען זיי אַזוי מיטן ברייטן וועג, און אונטער די פֿיס ברענט זיי, פּונקט ווי זיי וואָלטן געטראָטן אויף זאַמד פֿון מידבר. גיבן זיי אַ קוק, ערשט טאַקע אַ מידבר! וווּנדערן זיי זיך, און ייִנגעלע־רינגעלע נאָך מער פֿון זיי: ווי קומען זיי אין מידבר? און ווי זיי וווּנדערן זיך אַזוי, ערשט אַנטקעגן קומט זיי אָן משה רבינו מיט די צוויי שטראַלנהערנער.
— שלום־עליכם, קינדער! פֿון וואַנען קומט איר און וווּהין גייט איר?
האָבן אים די קינדער דערציילט, אַז זיי האָבן אָנגעשניטן גרינס אויף שבֿועות און זיי גייען דאָס איצטער אַהיים באַפּוצן די הײַזער.
מאַכט צו זיי משה:
— דאָס איז גוט, קינדערלעך! וואַרט, איך וועל מיט אײַך אויך גיין. איך וועל נאָר אַרויף אויפֿן באַרג סיני. שטייט דאָ אונטן און וואַרט.
זענען די קינדער, און מיט זיי אויך ייִנגעלע־רינגעלע, געבליבן שטיין אונטן, און משה איז אַרויף אויפֿן באַרג סיני. באַלד האָט גענומען דונערן און בליצן און אַלצדינג האָט געציטערט און געטרייסלט זיך, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך פֿון די קולות אויפֿגעכאַפּט און דערזען, אַז דרויסן דונערט טאַקע און עס בליצט.
אָבער ייִנגעלע־רינגעלע האָט ניט מורא געהאַט פֿאַר קיין דונערן און בליצן, האָט ער זיך צוריקגעלייגט און איז ווידער אײַנגעשלאָפֿן. נאָר וואָס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.