פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184709/
— הײַנט, זונעלע, וועסטו גיין פֿרי שלאָפֿן, וואָרעם מאָרגן איז דאָס דריטע ליכטל, וועלן מיר גיין צום זיידן אויף לאַטקעס און מיר וועלן דאָרטן פֿאַרברענגען ביז שפּעט אין דער נאַכט.
אַזוי האָט געזאָגט די מאַמע צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע. און דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט שוין געוווּסט, וואָס איז דאָס פֿאַר אַ דריט ליכטל. ער האָט געוווּסט, אַז עס איז חנוכּה, בענטשט מען חנוכּה־ליכטלעך, יעדן טאָג צינדט מען אָן מיט אַ ליכטל מער, און אַזוי גאַנצע אַכט טעג, ביז עס ענדיקט זיך חנוכּה און עס ווערט שוין אויס יום־טובֿ. און די טעג פֿון דעם יום־טובֿ ציילט מען נאָך די ליכטלעך: דער ערשטער טאָג איז דאָס ערשטע ליכטל, דער צווייטער טאָג איז דאָס צווייטע ליכטל, דער דריטער טאָג איז דאָס דריטע ליכטל און אַזוי ווײַטער, און צום דריטן ליכטל, ווייסט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע, גייט מען צום זיידן אויף לאַטקעס. אַלע יאָר אַזוי, זינט ער געדענקט. דער זיידע גיט אים אַ דריידל, אויסגעגאָסן פֿון בלײַ, און ער דרייט דאָס דריידל, און ס’איז אַזוי פֿריילעך נאָך בעסער ווי בײַם מלך! און די באָבע דערלאַנגט די הייסע לאַטקעס צום טיש און דער זיידע דערציילט מעשׂיות פֿון חנוכּה, אַזעלכע שיינע מעשׂיות!
איז ווי ייִנגעלע־רינגעלע האָט דערהערט, אַז מאָרגן איז דאָס דריטע ליכטל און מע וועט ווידער גיין צום זיידן אויף לאַטקעס, האָט ער זיך צעטאַנצט און צעשפּרונגען און צעזונגען:
— מאַמע, מאַמע מאַמינקע!
חנה, חנה חנוכּה!
לאַדע, לאַדע, לאַטקעס
עסן מיר מיט שמאַלץ,
דרייען מיר דאָס דריידל,
דרייט זיך מיט דעם אַלץ.
דאָס דריידל איז פֿון בלײַ,
חנוכּה איז פֿרײַ!
און ייִנגעלע־רינגעלע האָט געזאָגט אַ „גוטע נאַכט‟ דער מאַמען און אַ „גוטע נאַכט‟ דעם טאַטן און איז אַוועק שלאָפֿן.
שלאָפֿט ער אַזוי און שלאָפֿט, דערמאָנט ער זיך, אַז ער דאַרף דאָך גיין אויף יענער זײַט טײַך צום מלך אין פּאַלאַץ, און זען דאָרטן דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכּה. גייט ער אַזוי און גייט, ערשט עס קומט אים אָן אַנטקעגן דער זיידע. פֿרעגט אים דער זיידע:
— וווּהין גייסטו?
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:
— איך גיי צום מלך אין פּאַלאַץ.
פֿרעגט דער זיידע:
— און צו מיר אויף לאַטקעס גייסטו גאָרניט? עס איז דאָך חנוכּה, שוין דאָס דריטע ליכטל!
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:
— ניין, זיידינקע, איך מוז אַפֿריִער גיין צום מלך, ווײַל איך גיי שוין און גיי אַזוי לאַנג צו אים און קאָן אַלץ ניט קומען. דאָרטן, זאָגט מען, איז אַזוי שיין און אַזוי פֿריילעך בײַם מלך.
און דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע וויל אַוועקגיין. האַלט אים אָפּ דער זיידע און מאַכט צו אים:
— וואַרט נאָר, איך וועל דיר אַפֿריִער דערציילן אַ מעשׂה מיט אַ מלך, וועסטו זען, אַז מיט אַ מלך איז גאָרניט פֿריילעך.
און דער זיידע האָט גענומען דערציילן די מעשׂה:
— אַ מאָל איז געווען אַ מלך. איז ער געווען אַ בייזער און אַ שלעכטער. האָט ער אַלע ייִדן געהרגעט און געשלאָגן, אַז מער האָט מען שוין ניט געקענט פֿאַרטראָגן. ער האָט געכאַפּט, למשל, אַ קליין ייִנגעלע און האָט אים אויסגעשניטן דאָס צינגעלע, ווײַל ער האָט זיך ניט געוואָלט בוקן צו זײַן רינגעלע. עס איז ניט געווען אַזאַ רינגעלע ווי דײַנס, אַ שיינס און אַ פֿײַנס. עס איז געווען אַ רינגעלע, וואָס טוט שלעכטס. און אַזוי האָט ער מיט אַלעמען געטאָן, געהרגעט און געשלאָגן און מער האָט מען אים שוין ניט געקענט פֿאַרטראָגן.
איז אויפֿגעשטאַנען איינער, אַ הויכער און אַ שיינער און האָט געזאָגט צו אַלעמען: „לאָמיר גיין שלאָגן דעם מלך, און ער וועט שוין אונדז מער ניט שלאָגן!‟ האָבן אַלע געזאָגט: „לאָמיר גיין, לאָמיר גיין!‟ און זיי זענען אַוועק שלאָגן דעם מלך. אָבער דער מלך האָט געהאַט אַ סך סאָלדאַטן מיט האַרמאַטן. איז געוואָרן אַ גרויסע מלחמה צווישן דעם מלכס סאָלדאַטן און די ייִדן, און מע האָט זיך אַזוי געשלאָגן, ביז די ייִדן האָבן געוווּנען און דער מלך איז אַנטרונען און מע האָט אים דערנאָך אַ טויטן געפֿונען. האָבן די ייִדן זיך געפֿרייט, וואָס זיי זענען פּטור געוואָרן פֿון אַזאַ שלעכטן הערשער און זיי האָבן געמאַכט אַ יום־טובֿ חנוכּה און אָנגעצונדן ליכטלעך און עס איז געווען פֿריילעך אָן דעם מלך.
אָט אַזוי האָט דער זיידע דערציילט, און ייִנגעלע־רינגעלע איז געשטאַנען און האָט געהערט. און אַז דער זיידע האָט געענדיקט דערציילן, האָט ער געזאָגט צו ייִנגעלע־רינגעלע:
— זעסט, וואָס עס איז אַ מאָל געווען פֿאַר אַ מעשׂה מיט אַ מלך? און איך האָב מורא, אַז דײַן מלך איז אויך ניט בעסער. גיי ניט צו אים. קום בעסער צו מיר אויף לאַטקעס, און איך וועל דיר געבן אַ דריידל אויך.
האָט געזאָגט ייִנגעלע־רינגעלע:
— רעכט, זיידע. איך וועל גיין מיט דיר.
האָבן זיי גענומען גיין. האָט אָבער אין מיטן דערינען גענומען שנייען, און עס האָט געשנייט אַזוי שטאַרק אַז מע האָט ניט געקענט זען ווי צו גיין. רופֿט זיך אָן ייִנגעלע־רינגעלע:
— זיידע, אַ שניי גייט.
מאַכט דער זיידע:
— אַ דאגה, זאָל ער אויך גיין. דער וועג איז גענוג ברייט און גרויס, אי פֿאַר מיר, אי פֿאַר דיר, אי פֿאַרן שניי. לאָמיר גיין זאַלבעדריט: איך און דו און דער שניי אין דער מיט. און חנוכּה איז גוט, אַז סע גייט אַ שניי: ס’איז פֿריילעכער.
זענען זיי געגאַנגען ווײַטער. גייען זיי און גייען, און דעם וועג זעען זיי ניט. און דער שניי ווערט אַלץ טיפֿער און טיפֿער, און עס ווערט שווער צו גיין. מאַכט דער זיידע צום ייִנגעלע:
— שאַ, דו האָסט דאָך אַ רינגעלע, וואָס טוט פֿאַר דיר אַלץ אין דער וועלט. בעט בײַ אים אַ שליטן!
זאָגט דאָס ייִנגעלע:
— יאָ, יאָ, זיידע! איך וועל דאָס טאַקע טאָן.
און דאָס ייִנגעלע האָט גלײַך אַ זאָג געטאָן צום רינגעלע:
— פֿון דער מיטן, פֿון דער מיטן
זאָל אַרויס פֿאַר מיר אַ שליטן!
און ווי דאָס ייִנגעלע האָט דאָס אַרויסגערעדט, אַזוי איז געוואָרן גלײַך אַ שליטן, געשפּאַנט אין אַ דרײַ טײַערע פֿערד, פֿלינקע ווי די הירשן און שטאַרקע ווי די לייבן.
ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך אַרײַנגעזעצט אין שליטן און דער זיידע אויך, און דער שליטן איז געפֿלויגן פֿײַל פֿון בויגן דורך שטורעם און שניי, ביז ער האָט זיי געבראַכט צום אָרט, וווּ דעם זיידנס הויז האָט געדאַרפֿט שטיין.
זוכט דער זיידע זײַן הויז, זוכט און זוכט און קען עס ניט געפֿינען. דער שניי איז אָנגעפֿאַלן אַזוי פֿיל, אַז ער האָט פֿאַרשאָטן דאָס הויז, און אַפֿילו דער שפּיץ קוימען האָט זיך ניט אַרויסגעזען. זאָגט דער זיידע צום ייִנגעלע:
— שאַ, דו האָסט דאָך אַ רינגעלע, גיב עס אַ בעט און זאָל עס אונדז ווײַזן דאָס הויז.
מאַכט דאָס ייִנגעלע צום רינגעלע:
— רינגעלע, רינגעלע, דײַן וווּנדער איז גרויס
דעם זיידנס הויז פֿון שניי שאַר אַרויס!
און דאָס רינגעלע האָט אַזוי געטאָן, און באַלד האָט זיך פֿון שניי אַרויס באַוויזן דאָס הויז, און דער זיידע מיטן אייניקל זענען אַהין אַרײַן און זיי האָבן דאָרטן געהוליעט ביזן גרויסן טאָג אַרײַן.
דאָ האָט זיך ייִנגעלע אויפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף. אָבער דאָס איז נאָך ניט דער סוף. וואָס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.