Oyneg Shabes

„שאַ, שטיל‟ מוזיק־ווידעאָ

“Sha, Shtil” Music Video

  • Print
  • Share Share

ווען מיר האָבן געפֿונען דעם דאָזיקן מוזיק־ווידעאָ, האָבן מיר זיך שטאַרק פֿאַרוווּנדערט: דאָס קלאַסישע ליד „שאַ, שטיל‟ געמישט מיט דער מאָדערנער „טעכנאָ‟־טאַנצמוזיק, און דערצו מיט אַ מין טאַנצן, וואָס מיר זײַנען ניט צוגעוווינט צו זען פֿאַרבונדן מיט אונדזערע לידער. אָבער עס דאַרף ניט זײַן קיין חידוש — ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך.

דאָס ליד האָבן געשאַפֿן די צוויי פֿראַנצייזישע „די־דזשייס‟ גיִיאָם בריִער און לויִ בראָדינסקי, וואָס זייער גרופּע הייסט „גוטשי וווּמפּ‟. (וואָס דאָס מיינט, הייבן מיר ניט אָן צו וויסן.) דעם ווידעאָ האָט געשניטן אַ דריטער „די־דזשיי‟, וואָס רופֿט זיך דאָק טערי — געשניטן אויפֿן סמך פֿון אַ יאַפּאַנישער טעלעוויזיע־רעקלאַמע. קענען מיר באַרויִקן דעם לייענער, אַז קיין ייִדישע טעכטער האָבן מסתּמא ניט געהאַט קיין שאָדן פֿון דעם דאָזיקן ווידעאָ.