Oyneg Shabes

בײַם מילנער אין מיל (זיבעטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

In the Mill with the Miller (Chaper VII of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share
Aharon Gudelman

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/184534

ייִנגעלע רינגעלע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט אין מיטן שלאָף. האָט ער דערזען, אַז עס איז בײַ נאַכט און אַרום איז פֿינצטער און אַלע אין הויז שלאָפֿן, איז ער צוריק אײַנגעשלאָפֿן.

האָט דער מלאך פֿון חלום דערזען, אַז דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע שלאָפֿט ווײַטער, האָט ער זיך צו אים אָנגערופֿן:

— נו, ייִנגעלע מיטן רינגעלע, גייען מיר ווײַטער זוכן דעם מלכס פּאַלאַץ אויף יענער זײַט טײַך?

— געוויס, — ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע, — געוויס גייען מיר ווײַטער, וואָרעם איך חלש שוין אַזוי זײַן דאָרטן און זען דעם מלך מיט דער מלכּה און זייער ייִנגעלע, דעם בן־מלך, מיט זייער מיידעלע, דער בת־מלכּה, און אַז איך וועל זײַן דאָרטן, וועל איך דעם מלך אַלצדינג דערציילן, אַלצדינג וואָס איך האָב געזען און געהערט אויף מײַן ווײַטן וועג, און אַז ער וועט דאָס אַלצדינג הערן, וועט זײַן האַרץ ווייך און גוט ווערן. נו, קום! אָבער וווּ איז מײַן פֿערד?

— וואָסער פֿערד? — פֿרעגט דער מלאך.

— אָט דאָס פֿערד, וואָס איז אַרויס פֿון דער ערד און איז מיט מיר געפֿלויגן פֿײַל פֿון בויגן, — ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע.

— פֿרעג, ייִנגעלע, בײַ דײַן רינגעלע, — זאָגט דער מלאך. — דײַן רינגעלע קומט דאָך פֿון צויבערלאַנד און אַלצדינג ווייסט דאָס און אַלצדינג קאָן דאָס.

האָט ייִנגעלע אַ פֿרעג געטאָן בײַ זײַן רינגעלע:

— רינגעלע, רינגעלע,

וווּ איז דאָס פֿערד?

וווּ איז דאָס פֿערד,

וואָס איז אַרויס פֿון דער ערד?

און ווי דאָס ייִנגעלע האָט דאָס אָפּגעזאָגט, האָט זיך דאָס פֿערד באַוויזן. האָט זיך ייִנגעלע אויף אים אַרויפֿגעכאַפּט און אַ זאָג געטאָן:

— פֿערדעלע־קאָפּ, פֿערדעלע־עק,

צום קייסער אין פּאַלאַץ פֿיר מיך אַוועק!

און דאָס פֿערד האָט זיך גענומען יאָגן. אָבער דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט זיך דערמאָנט, אַז ער האָט איבערגעלאָזן דעם מלאך פֿון הינטן, האָט ער אָפּגעשטעלט דאָס פֿערד און גענומען רופֿן דעם מלאך, ער זאָל זיך מיט אים אויך זעצן אויפֿן פֿערד. אָבער דער מלאך האָט צו אים געזאָגט:

— ייִנגעלע, ייִנגעלע,

פֿאָר זיך דײַן וועג.

איך דאַרף ניט קיין וואָגן,

איך דאַרף ניט קיין פֿערד.

איך דאַרף ניט קיין פֿערד,

איך דאַרף ניט קיין וואָגן,

איך האָב מיר צוויי פֿליגלען,

וואָס וועלן מיך טראָגן.

זיי וועלן מיך טראָגן

גיך און געשווינד,

און איך וועל דיך היטן,

היטן, מײַן קינד.

איז דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע געפֿאָרן אויפֿן פֿערד און דער מלאך פֿון חלום איז געפֿלויגן איבער אים און האָט אים געהיט אויף שריט און טריט.

און ווי דאָס ייִנגעלע פֿאָרט אַזוי רײַטנדיק אויפֿן פֿערד, דערהערט ער מיט אַ מאָל עמעצער וויינט. שטעלט ער אָפּ דאָס פֿערד און קוקט זיך אום אין אַלע זײַטן. קוקט ער אַהער, קוקט ער אַהין, און זעט קיינעם ניט. גייט ער אַראָפּ פֿון פֿערד און נעמט זוכן אַרום און אַרום און אומעטום. קומט ער צו צו אַן איינזאַמען קוסט און זעט דאָרטן אַ ייִנגעלע זיצט און וויינט. פֿרעגט ער בײַ אים:

— ייִנגעלע, וואָס וויינסטו?

ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:

— איך וויין, ווײַל איך וויל אַהיים.

זאָגט צו אים דאָס ייִנגעלע פֿונעם רינגעלע:

— נו, טאָ גיי!

זאָגט דאָס וויינענדיקע ייִנגעלע:

— איך קען ניט גיין, ווײַל איך קען אויף מײַנע פֿיסעלעך ניט שטיין.

פֿרעגט דאָס ייִנגעלע פֿונעם רינגעלע:

— ביסט אַ קאַליקע?

ענטפֿערט דאָס וויינענדיקע ייִנגעלע:

— יאָ, איך בין אַ קאַליקע.

פֿרעגט דאָס ייִנגעלע פֿונעם רינגעלע:

— אויב דו ביסט אַ קאַליקע, טאָ ווי אַזוי ביסטו אַהער געקומען?

ענטפֿערט דאָס קאַליקע ייִנגעלע:

— איך בין אַהער ניט געקומען אַליין, מײַן טאַטע האָט מיך אויף זײַנע אַקסלען געבראַכט, איך זאָל דאָ זיצן און וואַרעמען אויף דער זון מײַנע קראַנקע פֿיסעלעך.

פֿרעגט דאָס ייִנגעלע פֿונעם רינגעלע:

— און וווּ איז איצטער דײַן טאַטע?

ענטפֿערט דאָס קאַליקע ייִנגעלע:

— מײַן טאַטע איז אַוועק אין מיל. ער איז דעם מלכס מילנער, איז ער אַוועק מאָלן ווייץ און קאָרן, ווײַל דער מלך קען נאָך קומען צו פֿאָרן, און אויב ער וועט אים ניט טרעפֿן בײַ דער אַרבעט, וועט ער אים אויף טויט שלאָגן.

פֿרעגט ייִנגעלע־רינגעלע:

— איז דען דער מלך אַזאַ שלעכטער?

ענטפֿערט דעם מילנערס ייִנגעלע:

— אוי, סאַראַ שלעכטער!

מאַכט ייִנגעלע־רינגעלע:

— אַזוי? און איך פֿאָר דאָך צו אים!

זאָגט דעם מילנערס ייִנגעלע:

— אוי, פֿאָר ניט צו אים, וואָרעם ער וועט נאָך אויף דיר אָנשיקן זײַנע בייזע הינט און זיי וועלן דיך צעבײַסן און צערײַסן.

מאַכט ייִנגעלע־רינגעלע:

— איך האָב ניט מורא פֿאַר דעם מלכס בייזע הינט. זעסט, וואָס איך האָב?

— אוי, אַ רינגעלע! — שרײַט אויס דעם מילנערס ייִנגעלע.

— אַוודאי אַ רינגעלע, — זאָגט דאָס ייִנגעלע, — אָבער ניט קיין פּראָסט רינגעלע, נאָר אַזאַ וואָס קען מאַכן אַלע זאַכן. וואָס דו רעדסט נאָר אַרויס, דאָס גיט דאָס דיר. זעסט, דאָרטן שטייט אַ פֿערד? דאָס האָט מײַן רינגעלע מיר געגעבן. קום, איך וועל דיך נעמען אויפֿן פֿערד און ברענגען אַהיים צו דײַן טאַטן אין מיל.

האָט ייִנגעלע־רינגעלע געוואָלט אויפֿהייבן דאָס קאַליקע ייִנגעלע און אַוועקזעצן אים אויפֿן פֿערד. אָבער דאָס איז געווען צו שווער פֿאַר אים, האָט דאָס דער מלאך דערזען, דער מלאך פֿון חלום, וואָס איז געפֿלויגן פֿון אויבן איבער ייִנגעלע־רינגעלעס קעפּעלע. איז דער מלאך אַראָפּ און האָט אויפֿגעהויבן דעם מילנערס ייִנגעלע מיט די קראַנקע פֿיסעלעך און אים אַוועקגעזעצט אויפֿן פֿערד, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך אַליין אַוועקגעזעצט און געגעבן צום פֿערד אַ זאָג:

— נו, גיכער, גיכער, ווי אַ וויכער!

און דאָס פֿערד איז געפֿלויגן, אַזש מע האָט קוים געקענט אים כאַפּן מיט די אויגן, און ער האָט געבראַכט צו פֿירן ביידע ייִנגעלעך צו דער מיל.

ייִנגעלע־רינגעלע האָט נאָך קיין מאָל אין זײַן לעבן ניט געזען קיין מיל. דאָ האָט ער דערזען, ווי די רעדער פֿון מיל דרייען זיך אין וואַסער און מאַכן אָן אַזאַ שוים, אַ ווײַסן שוים. און דער טײַך אַרום קאָכט און זידט, און אין מיל אויכעט — אַן אמתער גיהנום! און פֿיל פֿורן באַרג־אַרויף באַרג־אַראָפּ, פֿירן ווייץ און קאָרן פֿאַר דער מיל צו מאָלן.

איז ייִנגעלע־רינגעלע צעטומלט געוואָרן, און ער איז געבליבן אַזוי שטיין מיטן פֿערד. איז דעם פֿערד מיאוס געוואָרן צו שטיין אַזוי, האָט ער גענומען הירזשען, אָבער אַזוי הירזשען, אַז דער מילנער האָט דערהערט און איז אַרויס אַ קוק טאָן, וואָס דאָס איז, האָט דער מילנער דערזען ייִנגעלע־רינגעלע אויפֿן פֿערד און זײַן אייגן ייִנגעלע מיט די קראַנקע פֿיסעלעך אויך. האָט זיך דער מילנער זייער דערפֿרייט מיט זײַן ייִנגעלע און ער האָט זיך אָנגערופֿן:

— ווער האָט דיך געבראַכט, מײַן קינד? אַ מלאך פֿון הימל?

זאָגט דאָס קאַליקע ייִנגעלע:

— ניין, אָט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע.

מאַכט ייִנגעלע־רינגעלע צום מילנער:

— דער מלאך פֿון הימל איז אויך דאָ, זעסט, איבער מײַן קאָפּ?

אָבער דער מלאך איז שוין ניט געווען, און דער מילנער האָט אים ניט געקענט זען. און ייִנגעלע־רינגעלע האָט גענומען דערציילן דעם מילנער די גאַנצע געשיכטע פֿון אָנהייב ביזן סוף. אָבער דער מילנער האָט קיין צײַט ניט געהאַט אויסצוהערן, ווײַל ער האָט געדאַרפֿט ענדיקן מאָלן דאָס מעל, ביז דער מלך וועט קומען. האָט דער מילנער אויף גיך אַראָפּגענומען זײַן ייִנגעלע מיט די קאַליקע פֿיסעלעך און איז אַרײַן אין מיל ווײַטער אַרבעטן. אַרבעט ער און זינגט:

— מאָל, מיל, מאָל,

זעק אָן אַ צאָל,

מעל אָן אַ שיעור,

ניט פֿאַר מיר,

ניט פֿאַר מיר.

פֿרעגט ייִנגעלע־רינגעלע:

— פֿאַר וועמען?

ענטפֿערט דער מילנער:

— פֿאַר דעם וואָס וועט קומען נעמען.

פֿרעגט דאָס ייִנגעלע:

— און ווער וועט קומען נעמען?

ענטפֿערט דער מילנער:

— דער מלך מיט די ברעמען.

מאַכט ייִנגעלע־רינגעלע:

— אַלץ פֿאַרן מלך! איצט וועל איך אים זען, וועל איך צו אים רעדן און וועל אים זאָגן, ער זאָל ניט זײַן אַזוי שלעכט.

און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך אַוועקגעזעצט אין מיל וואַרטן אויפֿן מלך. וואַרט ער און וואַרט, און די מיל מאָלט אַלץ און מאָלט. און דער מלך איז נאָך אַלץ ניטאָ. מיט אַ מאָל קומט אָן אַ שטאַפֿעט פֿון מלך און לאָזט וויסן, אַז דער מלך וועט הײַנט ניט קומען, נאָר דאָס מעל זאָל אַלץ איינס הײַנט פֿאַרטיק ווערן. און דער שטאַפֿעט לויפֿט אַרויס פֿון מיל. ייִנגעלע־רינגעלע לויפֿט אים אָבער נאָך און שרײַט:

— וואַרט, איך וועל מיט דיר אויך פֿאָרן צום מלך אין פּאַלאַץ.

לאַכט זיך פֿונאַנדער דער שטאַפֿעט און זאָגט צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע:

— וווּ האָסטו אַזאַ פֿערד, זאָל שנעל דיך קענען טראָגן?

זאָגט דאָס ייִנגעלע:

— דו זעסט, אָט שטייט מײַן פֿערד! דער ווינט וועט אים ניט דעריאָגן!

און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך שוין געוואָלט אַרויפֿכאַפּן אויף זײַן פֿערד, צו פֿליִען גלײַך מיטן קייסערס שטאַפֿעט אין פּאַלאַץ אַרײַן, אָבער די מאַמע האָט אים אין מיטן דערינען אויפֿגעוועקט.

— שטיי אויף, מײַן קינד! — האָט זי צו אים געזאָגט, — שוין שפּעט. דאַרפֿסט גיין באַלד אין שול.

ייִנגעלע־רינגעלע האָט געמוזט אויפֿשטיין, אָבער די מעשׂה איז נאָך ניט געענדיקט, נאָר וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.