טיף אין וואַלד אויף יענער זײַט טײַך האָבן געלעבט גזלנים. און די גזלנים זײַנען געווען הויכע און גראָבע גידלען, און עס איז געווען אַ שרעק אויף זיי צו קוקן. די פּנימער זײַנען געווען בײַ זיי פֿאַרוואַקסן מיט האָר, מער ווי די אויגן האָט מען ניט אַרויסגעזען, און די אויגן זײַנען געווען בײַ זיי ניט ווי בײַ אַלע מענטשן, נאָר ביסטרע, ווי צוויי שטיקער פֿײַער. און אַז זיי פֿלעגן געבן אַ קוק מיט זייערע ביסטרע אויגן, פֿלעגט אָנפֿאַלן אַן אימה און אַ פּחד.
זיצן אַזוי די גזלנים אין וואַלד און וואַרטן, ביז עמעצער וועט דורכגיין אָדער דורכפֿאָרן, וועלן זיי אים באַפֿאַלן און אָפּנעמען בײַ אים אַלצדינג, וואָס ער האָט, און אים אַליין דערהרגענען.
גייט קיינער ניט דורך, פֿאָרט קיינער ניט פֿאַרבײַ. ווערן די גזלנים אין כּעס, און זייערע ביסטרע אויגן ווערן נאָך ביסטרער און זיי טראַכטן: „אַך, ווען עמעצער ווײַזט זיך איצט פֿאַר אונדזערע אויגן, קיין לעבעדיקער וואָלט ער שוין ניט אַרויס!‟
און ווי זיי טראַכטן אַזוי, ערשט עס באַווײַזט זיך דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע, וואָס איז געגאַנגען זוכן דעם קייסערס פּאַלאַץ. שטעלן זיי אים אָפּ, און דאָס ייִנגעלע הייבט זיך שוין אָן צו שרעקן פֿאַר זיי, ווײַל ער האָט נאָך אין זײַן לעבן אַזעלכע ווילדע מענטשן מיט אַזעלכע אויגן ניט געזען. זאָגט צו אים דאָס רינגעלע אין דער שטיל, אַז די גזלנים זאָלן ניט הערן:
— האָב ניט מורא, ייִנגעלע! איך בין מיט דיר, דײַן רינגעלע!
האָט דאָס ייִנגעלע פֿאַרקוועטשט אין האַנט זײַן רינגעלע, אַז די גזלנים זאָלן ניט דערזען, און ער האָט שוין פֿאַר זיי קיין מורא ניט געהאַט. זעען די גזלנים, אַז דאָס ייִנגעלע האָט פֿאַר זיי קיין מורא ניט, וווּנדערן זיי זיך, ווײַל אַפֿילו גרויסע מענטשן ציטערן פֿאַר זיי, און דאָ שטייט אַ קליין ייִנגעלע און האָט גאָר פֿאַר זיי קיין מורא ניט! טראַכטן זיי, די גזלנים: „עט, אַ נאַריש ייִנגעלע! ער ווייסט אַוודאי ניט, אַז מיר זענען גזלנים און אַז מען דאַרף פֿאַר אונדז מורא האָבן!‟ גיבן זיי אים אַ פֿרעג:
— ווייסט גאָרניט, ייִנגעלע, אַז מיר זענען גזלנים?
ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע:
— געוויס ווייס איך, אַז איר זענט גזלנים!
פֿרעגן זיי אים:
— און פֿון וואַנען ווייסטו דאָס?
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:
— איר אַליין זאָגט דאָך, אַז איר זענט גזלנים!
זעען זיי, אַז ער איז שוין גאָר קיין נאַר ניט, רופֿן זיי זיך אָפּ צו אים:
— אַז דו ביסט שוין יאָ אַזאַ קלוגער און דו ווייסט, אַז מיר זענען גזלנים, טאָ פֿאַר וואָס דערשרעקסטו זיך פֿאַר אונדז ניט? ווייסטו דען ניט, אַז פֿאַר גזלנים האָבן אַפֿילו גרויסע מענטשן מורא?
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:
— יאָ, גרויסע מענטשן דאַרפֿן טאַקע מורא האָבן, ווײַל זיי האָבן אַ סך געלט. איך אָבער האָב נאָר איין קליינע מטבע, וואָס מײַן מאַמע האָט מיר געגעבן אויף צוקערקעס.
פֿרעגן בײַ אים די גזלנים:
— וואָס־זשע טוסטו דאָ אין וואַלד?
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:
—איך גיי צום קייסער אין פּאַלאַץ אַרײַן.
גיבן זיך אַ כאַפּ די גזלנים און זייערע ווילדע אויגן צינדן זיך אָן נאָך מיט מער ווילדקייט:
— אַהאַ! דו גייסט צום קייסער אין פּאַלאַץ? צום קייסער אין פּאַלאַץ גייט מען ניט מיט ליידיקן, מוזסטו אים מסתּמא טראָגן מתּנות, גאָלד און זילבער, דימענטן און בריליאַנטן.
שווערט זיך ייִנגעלע־רינגעלע, אַז ער טראָגט גאָרנישט צום מלך אין פּאַלאַץ, אַז ער גייט נאָר אַהין, ווײַל ער וויל זען דעם פּאַלאַץ און דעם מלכס ייִנגעלע, דעם בן־מלך, און דעם מלכס מיידעלע, די בת־מלכּה. גלייבן אים ניט די גזלנים, און זיי נעמען בײַ אים זוכן אומעטום. זוכן זיי און זוכן, און געפֿינען גאָרנישט, אַחוץ דער קליינער מטבע, וואָס די מאַמע האָט אים געגעבן אויף צוקערקעס, און אַ פּאָר קנעפּלעך, וואָס ער האָט אָפּגעוווּנען בײַ אַן אַנדער ייִנגל אין אַ שפּיל.
ווילן אים די גזלנים שוין אָפּלאָזן, ער זאָל גיין וווּהין ער גייט. מיט אַ מאָל דערזעען זיי, אַז בײַ אים איז איין הענטל פֿאַרקוועטשט. גיבן זיי אַ געשריי אויף אים:
— עפֿן די האַנט גלײַך אויפֿן אָרט און לאָמיר נאָר זען, וואָס דו האָסט דאָרט!
האָט ייִנגעלע אַפֿריִער מורא געהאַט צו עפֿענען דאָס הענטל, די גזלנים זאָלן ניט דערזען דאָס רינגעלע בײַ אים. וואָס וועט טאָן ייִנגעלע אָן דעם רינגעלע? ווי וועט ער קומען צום קייסערס פּאַלאַץ? און ווי וועט ער טרעפֿן צוריק אַהיים?
רופֿט זיך צו אים אָן אין דער שטיל דאָס רינגעלע:
— האָב ניט מורא, מײַן ייִנגעלע! איך וועל דיך ניט פֿאַרלאָזן!
האָט ייִנגעלע שוין ניט מורא געהאַט צו עפֿענען די האַנט, און ווי ער האָט געעפֿנט די האַנט, האָבן די גזלנים דערזען דאָס רינגעלע.
— אַהאַ! — האָבן זיי אויסגעשריִען, — אָט האָסטו דאָך, ייִנגעלע, אַ רינגעלע!
האָבן זיי בײַ אים צוגענומען דאָס רינגעלע און געהייסן אים גיין, וווּהין ער וויל.
גייט דאָס ייִנגעלע און גייט און ווייסט ניט, וווּהין צו גיין. זעצט ער זיך אַוועק אויף אַן אָפּגעהאַקטן בוים וואַרטן, ביז דאָס רינגעלע וועט צו אים קומען און פֿירן אים ווײַטער צום מלך אין פּאַלאַץ.
זיצט דאָס ייִנגעלע און וואַרט אויף זײַן רינגעלע, און דאָס רינגעלע איז נאָך אַלץ ניטאָ. טראַכט דאָס ייִנגעלע: וואָס קען דאָס זײַן מיט מײַן רינגעלע? און זיצנדיק אַזוי און טראַכטנדיק אַזוי, איז דאָס ייִנגעלע אַנטדרעמלט געוואָרן.
און דאָרטן האָבן די גזלנים זיך דערווײַל געשפּילט מיטן רינגעלע. דאָס רינגעלע איז זיי זייער געפֿעלן געוואָרן, און יעדערער האָט דאָס איבערגעטאַפּט און געצאַצקעט זיך דערמיט, און דאָס רינגעלע טראַכט בײַ זיך: „שפּילט זיך, שפּילט זיך, חבֿרה גזלנים! איר שפּילט זיך מיט פֿײַער! עס וועט אײַך קאָסטן טײַער!‟
און דאָס רינגעלע האָט גלײַך גענומען שפּריצן מיט פֿײַער. דער גזלן, וואָס האָט געהאַלטן דאָס רינגעלע, איז געבליבן אַ טויטער און האָט אַוועקגעוואָרפֿן דאָס רינגעלע, אַזוי ווי מע וואַרפֿט אַוועק עפּעס אַ זאַך וואָס מע האָט פֿריִער ניט געוווּסט, אַז עס איז הייס. און די איבעריקע גזלנים האָבן זיך אויך דערשראָקן און גענומען שרײַען איינע צו די אַנדערע:
— לאָמיר אַנטלויפֿן פֿון דעם משוגענעם רינגעלע, עס וועט אונדז אַלעמען פֿאַרברענען.
און זיי האָבן זיך געלאָזט לויפֿן און זיי זענען געלאָפֿן און געלאָפֿן און האָבן די גאַנצע צײַט מורא געהאַט זיך אומקוקן אַהינטער. און דאָס רינגעלע האָט זיך אַוועקגעקײַקלט צו זײַן ייִנגעלע, איז געקומען צו אים, האָט זיך אַוועקגעלייגט בײַ זײַנע פֿיס און גענומען אים וועקן:
— שטיי אויף, שטיי אויף, ייִנגעלע!
איך בין דאָ, דײַן רינגעלע!
גענוג דיר, ייִנגעלע, צו שלאָפֿן,
די רויבער זענען שוין אַנטלאָפֿן.
האָט זיך אויפֿגעכאַפּט דאָס ייִנגעלע, געפֿונען בײַ די פֿיס זײַן רינגעלע, און לעבן אים זײַנען געשטאַנען זײַן טאַטע מיט זײַן מאַמען און האָבן געשמייכלט.
טאַטע־מאַמע האָבן אים געזאָגט „גוט־מאָרגן!‟ און געפֿרעגט אים, וווּ ער איז די נאַכט געווען און וואָס עס איז מיט אים געשען. האָט ייִנגעלע זיי אַלצדינג דערציילט ביז אַ האָר.
— גענוג דיר שוין אין וואַלד צו גיין! — האָט דער טאַטע צו אים געזאָגט מיט אַ שמייכל.
— איך מוז דאָך צום קיניג אין פּאַלאַץ גיין, מוז איך דאָך דורכן וואַלד גיין, און דער וואַלד איז אַזוי גרויס! — האָט דאָס ייִנגעלע געטענהט.
אָבער הײַנט בײַ נאַכט וועל איך שוין אַרויס פֿון וואַלד, — האָט דאָס ייִנגעלע געזאָגט.
און בײַ נאַכט איז דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע שוין ווידער געווען אין וואַלד, און וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.