Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

  • Print
  • Share Share

ניט קיין שלעכטער שידוך

אַ שדכן איז געקומען רעדן אַ יונגן־מאַן אַ שידוך מיט אַ געוויסער פֿרײַלין. „אַך! — זאָגט דער יונגערמאַן, — דאָס מיידל הינקט דאָך!‟ „יאָ, — ענטפֿערט אים דער שדכן, — דאָס איז זייער גוט פֿאַר אײַך, וועט זי אײַך ניט קענען נאָכלויפֿן‟. „אָבער זי איז דאָך בלינד!‟ — זאָגט דער יונגערמאַן. „נו, גאַנץ גוט, — זאָגט דער שדכן, — וועט זי ניט קענען זען ווי איר גייט אַרום מיט אַנדערע פֿרויענצימער‟. „אָבער זי איז דאָך אויך טויב!‟ — זאָגט דער יונגערמאַן מער ערגערניש. „אַך, אַן אמת גליק פֿאַר אײַך, — זאָגט דער שדכן, — איר וועט מעגן רעדן אין שטוב אַלץ וואָס איר וועט נאָר וועלן, עס וועט זײַן, אַזוי ווי זי וואָלט גאָר דערבײַ ניט געווען‟. „זי איז דאָך אָבער אויך שטום!‟ „נאָך בעסער, — ענטפֿערט דער שדכן, — וועט בײַ אײַך אין שטוב שטענדיק זײַן שטיל און רויִק‟. „אָבער זי האָט דאָך אַ הויקער אויך!‟ — שרײַט דער יונגערמאַן. „נו, ווילט איר, — זאָגט דער שדכן צו אים, — אַז זי זאָל שוין גאָר קיין פֿעלער ניט האָבן?‟


בעסער מאַכן

פֿאַר וואָס פֿאַרשליסן אַ סך מענטשן די טיר בעת זיי מאַכן אַ וויכטיקע זאַך?

ווײַל אַ סך מענטשן האָבן אַ טבֿע צו זאָגן, בעת זיי זעען, ווי יענער טוט עפּעס: „גיט מיר, איך וועל דאָס בעסער מאַכן‟.


ליכטבענטשן

טאָכטער: מאַמע, ווי קומט עס, וואָס די ליכט בענטשסטו און דעם טאַטן שילטסטו?

מאַמע: ווען דײַן טאַטע וואָלט געברענט אַזוי ווי אַ ליכט, וואָלט איך אים אויך געבענטשט.


סטאַטיסטיק

זי: גלייבט איר טאַקע אין דער סטאַטיסטיק, אַז פּונקט אַ העלפֿט פֿון חתונה־געהאַטע פּאָרלעך זײַנען אומגליקלעך?

ער: געוויס אַ העלפֿט — די מענער.