Oyneg Shabes

דער סוד פֿון לעבן

The Secret of Life

  • Print
  • Share Share

למען ציון לא אחשה ולמען ירושלים לא אשקוט, פֿון װעגן ציון װעל איך ניט שװײַגן, און פֿון װעגן ירושלים װעל איך ניט רוען.

ישעיה ס”ב, א’

„איבער אַ יאָר אין ירושלים‟, — האָט שטיל אַ זאָג געטאָן די באָבע מלכּה און מיך אַ קוש געטאָן אין שטערן.

— װאָס, מיר פֿאָרן איבער? װוּ איז ירושלים? ס’איז װײַט פֿון דאַנען?

— זאָל איך אַזױ װיסן פֿון אונדזערע צרות… פּשוט, עס רעדט זיך אַזױ, ירושלים.

— ס’אַ גרױסע שטאָט צי אַזאַ לאָך װי אונדזער דאָרף?

— כ’װײס נישט. ירושלים איז אַ מין יום־טובֿ… אָן ירושלים איז ניטאָ קײן ראָש־השנה און עס קומט ניט קײן נײַ יאָר.

די באָבע מלכּה, זאָל זיך מיִען, האָט ניט דערלעבט צו זען ירושלים, נאָר אַ דאַנק איר, האָב איך מיט יאָרן שפּעטער אָנגעשריבן:

מיר דרײען זיך אַרום די זעלבע זאַכן,
דעם סוד פֿון לעבן איז ניט צעקײַען…
אין זיך אַלײן, אַ קלײנעם און אַ שװאַכן,
האָב איך דערפֿילט דיך, מײַן ירושלים.

ארץ־ישׂראל איז באַשטימט געװאָרן פֿון דער השגחה־עליונה נאָר פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. ארץ־ישׂראל און עם־ישׂראל זײַנען אײן זיװג, אײנער אָן אַנדערן קען נישט עקזיסטירן. װען דאָס ייִדישע פֿאָלק זיצט אױף זײַן אײגענער ערד, דעמאָלט איז „מצא מין את מינו‟, און ערשט דעמאָלט באַקומען בײדע דעם געהעריקן תּיקון. (רבי מאיר־דן פּלאָצקי, זצ”ל)

ר’ הושעיא האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז „ירושלים איז גרײט צו װערן אַ לאַמטערן פֿאַר אַלע פֿעלקער פֿון דער װעלט, אַלע פֿעלקער, װעלכע װעלן נאָכגײן נאָך איר ליכטיקײט.‟ (פּסיקתא)

אין דער גמרא װערט דערצײלט, אין נאָמען פֿון רבי שמעון בן־גמליאל, אַז אין ארץ־ישׂראל פֿלעגט מען זיך נוהג זײַן, אַז דעם פֿופֿצנטן טאָג אין חודש אָבֿ האָבן אַלע מײדלעך זיך אָנגעטאָן אין װײַסע קלײדלעך. די אָרעמע מײדלעך האָבן זיך אױסגעבאָרגט קלײדלעך בײַ די רײַכע, און די רײַכע האָבן זיך אױפֿגענײט נײַע. אַלע קלײדלעך האָבן געדאַרפֿט זײַן פֿריש געװאַשן, מע זאָל ניט קענען אונטערשײדן צװישן געבאָרגטע און די נײַ־געקױפֿטע, און אױף אַזאַ אופֿן האָט מען ניט פֿאַרשעמט די אָרעמע מײדלעך. דעם ט”ו באָבֿ זײַנען די מײדלעך אַרױס אין די װײַנגערטנער און געשריגן: „בחור, שׂא עיניך, בחור, הײב אױף די אױגן און קוק גוט װעמען קלײַבסטו אױס. לײג נישט קײן אַכט אױף דער אױסערלעכער שײנקײט, װײַל ׳שקר החן והבֿל היופֿי׳, חן איז פֿאַלש און פּוסט מיט גאָרנישט איז די אױסערלעכע שײנקײט. ׳אשה יראת ה’ היא תתהלל׳, נאָר אַ גאָטספֿאָרכטיקע פֿרױ איז װערט געלױבט צו װערן‟.

װען איך האָב שױן יאָ געװוּסט װאָס און װוּ איז ירושלים, האָט אונדזער קלוגער שכן, ר’ זוניע דער „האָמאָ סאַפּיענס‟, דערצײלט מיר אַ מעשׂהלע:

מיט הונדערט יאָר צוריק איז קײן אָדעס געקומען אַ ייִד פֿון ארץ־ישׂראל צו קלײַבן געלט פֿאַר די ירושלימער כּלות־יתומות. און אָט כאַפּט ער זיך אַרײַן צו אַ ייִד אַן עושר און יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט מנדבֿ זײַן אַפֿילו אײן גראָשן, מיט אַ טענה, צו װאָס פֿאַר אַ קרענק דאַרף מען באַזעצן די ייִדן אין אַזאַ קלײן לענדל װי ארץ־ישׂראל? מע דאַרף צולײגן אַלע כּוחות און פֿאָדערן בײַ די גרױסמאַכטן, אַז זײ זאָלן עפֿענען פֿאַר די ייִדן די טױערן פֿון אַ גרױס, אַ ברײט, אַ רחבֿותדיק לאַנד, װי צום בײַשפּיל, סיביר. דער שליח האָט אױסגעהערט דעם עושרס תּירוץ און געענטפֿערט: „אַ דאַנק אײַך פֿאַר דער עצה, ר’ ייִד, און דערלױבט מיר נאָר אָנװינטשן אונדז אַלע, אַז איבער אַ יאָר זאָלן מיר זײַן אין ירושלים, און איר — אין סיביר.‟