Oyneg Shabes

װי אַזױ װערט אַ מעשׂה?

How Does a Story Come About?

פֿון יאָסל בירשטײן

  • Print
  • Share Share
צייכענונג פֿון נורית ענבר־שני

איך האָב זיך פֿאָרגענומען צו שװײַגן אַ ביסל, זיך אײַנהאַלטן און אױפֿהערן אױף אַ צײַט דערצײלן אָדער שרײַבן מעשׂיות, און האָב זיך װי אַלע מאָל געכאַפּט, אַז איך בין שױן װידער פֿאַרטאָן אין בײדע מלאָכות. אױך דאָס מאָל האָט זיך עס װי געװײנטלעך אָנגעהױבן פֿון אַ קלײניקײט: מײַן פֿעטערס האַנט. מײַן פֿעטער האָט מודיע געװען, אַז ער װעט קומען צו פֿאָרן צו אונדז צוזאַמען מיט זײַן װײַב, בין איך אַרױס אין דרױסן, װען די שעה האָט זיך דערנענטערט, און זײ געגאַנגען אַנטקעגן אױף רחובֿ זאַנגװיל, די גאַס װוּ איך װױן. לעבן דער פֿאַרמאַכטער שוסטער־בודקע פֿון אורי דעם רומענער, האָב איך זײ געזען אַראָפּשטײַגן פֿון אױטאָבוס; מײַן פֿעטער, אַ הױכער, װי ער האָט זיך אָפּגעשילדערט אין זײַן בריװ, מחמת איך האָב אים נישט געקענט, אָנגעטאָן אין אַ רוסישער קורטקע, פֿאַרקנעפּלט ביזן אײבערשטן קנעפּל אונטער זײַן גאָמבע, און זײַן גרױסע, שװערע האַנט, לעבן זײַנע היפֿטן, האָט ער גײענדיק אָנגעלענט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן נידעריק װײַב.

איך האָב געקוקט װי זײ קומען מיר אַנט­קעגן און זיך אײַנגעהאַלטן נישט טראַכטן װעגן דער האַנט. װאָס איז דען דאָ צו שרײַבן װעגן אַ האַנט? און פֿאַרנומען אַזױ מיט דער פֿראַגע, און שױן זיצנדיק מיט די געסט לעבן אונדזער טיש געגרײט מיט כּיבוד, האָט זיך מײַן פֿעטערס האַנט פֿאַרבונדן אין מײַן זכּרון מיט דער האַנט פֿון יעקבֿ דעם בעל־עגלה, מײַן געװעזענער שכן אין קרית־טבֿעון.

יעקבֿ דער בעל־עגלה פֿלעגט זיך באַרימען פֿאַר מיר, אַז ער האָט נישט אײן מאָל אין פּױלן אומגעװאָרפֿן מיט זײַנע בלױזע הענט אַ ביק פֿאַרן שעכטן. און מחמת ער האָט חושד געװען אַז איך בין מסופּק אין דער זאַך און צװײפֿל זיך אונטער, האָט ער געבעטן איך זאָל אים כאָטש אײן מאָל דערלאַנגען מײַן האַנט, אױף אַ רגע בלױז, בלױז צום דריקן, און דעמאָלט װעט זיך אָפּטאָן פֿון מיר דער מינדסטער ספֿק.

“שיס אַרײַן אַ פֿינפֿטל”, איז געװען זײַן לשון.

צען יאָר, גוטע שכנים, און די דאָזיקע טעמע איז נישט אָפּגעשװאַכט געװאָרן. ס׳האָט געטראָפֿן, אַז איך בין שױן גרײט געװען אַרײַנשיסן אַ פֿינפֿטל, נאָר דערזעענדיק זײַן האַנט האָב איך זיך געזאָגט: לא מיט אַן אַלף.

צען יאָר האָב איך נישט נאָכגעגעבן. איך האָב נאָכגעגעבן װען יעקבֿ דער בעל־עגלה האָט שױן געגוססט. מע האָט געקלונגען צו מיר קײן ירושלים איך זאָל קומען צו פֿאָרן קײן קרית־טבֿעון, מחמת יעקבֿ האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן. װען איך האָב שטײענדיק לעבן זײַן בעט געװאָרפֿן אױף אים אַ בליק, איז שױן טאַקע נישט געװען אױף װאָס צו קוקן. דער מענטש איז געװאָרן אײַנגעשרומפּן און פֿאַרװיקלט װי אַ קלײן פּעקל. װען ער האָט געעפֿנט די אױגן, האָב איך אים אױסגעשטרעקט מײַן האַנט, זאָל ער דריקן. אַ מענטש װאָס גוססט, װאָס איז דאָ מורא צו האָבן? אָבער װען ער האָט געטאָן אַ קװעטש, האָט דער מינדסטער ספֿק פֿון אַלע צײַטן זיך אָפּגעטאָן פֿון מיר.

אױך װעגן דעם האָב איך זיך אָפּגעהאַלטן פֿון דערצײלן. אָבער איצט, װען בײדע הענט האָבן זיך פֿאַרבונדן, מײַן פֿעטערס האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן װײַב און די האַנט פֿון גוסס, איז דער דריק צום שרײַבן געװאָרן שטאַרקער. איך האָב צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ צו די רײד פֿון מײַן פֿעטער, װאָס צװישן אײן זופּ קאַװע און צװײטן האָט ער אַרױסגעטענהט די צרות פֿון דער מדינה און אױך זײַנע אײגענע דאגות, און ס׳איז מיר געלונגען אָפּשטופּן דעם געדראַנג פֿון באַשרײַבן די הענט. זײער אָרט האָט פֿאַרנומען דער בעל־עגלה װאָס איז געװאָרן אַ קלײן פּעקל.

עפּעס ענלעכס איז געשען אַ מאָל מיט אַ ביק אין קיבוץ גבֿת. איך בין געװען דאָרט אַ פּאַסטעך פֿון שעפּסן, האָב איך אײן מאָל אין אַ פֿרימאָרגן, אױפֿן װעג צו די שטאַלן, געזען דעם ביק אין זײַן שטעלעכל און ס׳האָט געשפּאַרט פֿון אים מיט כּוח און מיט פֿאַרנעם. אָבער דעם זעלבן טאָג, פֿאַר נאַכט װען איך בין צוריק געקומען פֿון פֿעלד, איז געבליבן פֿון אים אױפֿן פּלאַץ װוּ מען האָט אים געשאָכטן, בלױז זײַן פֿעל — אַ קלײן אײַנגעװיקלט פּעקל.

איצט האָב איך שױן אין זינען געהאַט צװײ פּעקלעך, דער בעל־עגלה און דער ביק, שױן נישט רעדנדיק פֿון די הענט, אָבער איך האָב זיך װײַטער געהאַלטן בײַ מײַנס: שװײַגן אַ שטיקל צײַט.

און מיט דער דאָזיקער דעה האָב איך צוריק באַגלײט מײַן פֿעטער און זײַן װײַב צום אױטאָבוס. איצט זענען מיר שױן געגאַנגען אַרױף צו מיט דער זעלבער גאַס און מיר האָבן זיך פֿאַרהאַלטן אָפּכאַפּן דעם אָטעם לעבן דעם שוסטערס בודקע װאָס איצט, נאָך דער אָפּרו־שעה, זענען שױן די לאָדנס געװען אָפֿן און אורי איז געשטאַנען דאָרט מיט אַ פֿעלכל לעדער צעשפּרײט אין זײַנע הענט. ער האָט זיך באַגריסט און געזאָגט, אַז ער באַטראַכט אַזױ די סחורה און ער פֿרעגט זיך אַלײן, צי װעט פֿון דעם פֿעלכל אַרױסקומען אַ פּאָר גוטע שיך.

זײַנע רײד זענען מיר געבליבן שטעקן אין קאָפּ און װען דער אױטאָבוס איז אָנגעקומען און די געסט זענען אָפּגעפֿאָרן, האָב איך זיך שױן מער נישט אײַנגעהאַלטן, און גײענדיק צוריק אַהײם, האָב איך אױסגעלײגט אין געדאַנק מײַן פֿעטערס האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן װײַב, די האַנט פֿון דעם גוסס, בײדע קלײנע פּעקלעך, דער בעל־עגלה און דער ביק, און איך האָב זיך געפֿרעגט מיטן טאָן פֿון אורי דעם שוסטער: װעט פֿון דעם אַלעמען אַרױסקומען אַ מעשׂה?