פֿון יאָסל בירשטיין
מיט צוויי קיישלעך בין איך געפֿאָרן אין מחנה־יהודה, דעם גרויסן מאַרק אין ירושלים, אײַנקויפֿן עפּעס אין שטוב אַרײַן. אָנגעקומען בין איך אַהין פֿון דער צווייטער זײַט, נישט אויף דער גאַס יפֿו, און דאָרטן איז דער אַרײַנגאַנג געווען אָנגעפּאַקט מיט מענטשן. הייס איז געווען, צווישן צוויי און דרײַ נאָך מיטיק, האָב איך זיך אַרײַנגעשטעלט אונטערוואַרטן אין שאָטן פֿון אַן עלעקטרישן סלופּ. מע וועט זיך צעגיין אַ ביסל וועל איך אַרײַן אין מאַרק.
Read More
פֿון יאָסל בירשטײן
איך האָב זיך פֿאָרגענומען צו שװײַגן אַ ביסל, זיך אײַנהאַלטן און אױפֿהערן אױף אַ צײַט דערצײלן אָדער שרײַבן מעשׂיות, און האָב זיך װי אַלע מאָל געכאַפּט, אַז איך בין שױן װידער פֿאַרטאָן אין בײדע מלאָכות. אױך דאָס מאָל האָט זיך עס װי געװײנטלעך אָנגעהױבן פֿון אַ קלײניקײט: מײַן פֿעטערס האַנט. מײַן פֿעטער האָט מודיע געװען, אַז ער װעט קומען צו פֿאָרן צו אונדז צוזאַמען מיט זײַן װײַב, בין איך אַרױס אין דרױסן, װען די שעה האָט זיך דערנענטערט, און זײ געגאַנגען אַנטקעגן אױף רחובֿ זאַנגװיל, די גאַס װוּ איך װױן. לעבן דער פֿאַרמאַכטער שוסטער־בודקע פֿון אורי דעם רומענער, האָב איך זײ געזען אַראָפּשטײַגן פֿון אױטאָבוס; מײַן פֿעטער, אַ הױכער, װי ער האָט זיך אָפּגעשילדערט אין זײַן בריװ, מחמת איך האָב אים נישט געקענט, אָנגעטאָן אין אַ רוסישער קורטקע, פֿאַרקנעפּלט ביזן אײבערשטן קנעפּל אונטער זײַן גאָמבע, און זײַן גרױסע, שװערע האַנט, לעבן זײַנע היפֿטן, האָט ער גײענדיק אָנגעלענט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן נידעריק װײַב.
Read More