Oyneg Shabes

ייִדישע וויצן

Jewish Jokes

  • Print
  • Share Share

וואָס איז טײַטש אַ חזן?

חז״ן איז ראָשי־תּיבֿות: חזנים זײַנען נאַראָנים.


אַ מבֿין אויף פֿערד

אַ חזן, וואָס די באַהאַוונטע פֿון שיל האָבן אים אָפּגעזאָגט, האָט אָנגעהויבן אַ מיסחר מיט פֿערד. האָט מען אים געפֿרעגט, ווי ער קומט צו דעם מיסחר אָן מבֿינות? האָט ער געענטפֿערט: אויב פֿערד זײַנען מבֿינים אויף אַ חזן, פֿאַר וואָס זאָל אַ חזן ניט זײַן קיין מבֿין אויף פֿערד?…


אַ ליגנערישער אמת

אַן אַפּיקורס פֿאַרן טויט האָט געהייסן זיך אָנטאָן טלית און תּפֿילין, ער וויל תּשובֿה טאָן.

די אַרומיקע מענטשן האָבן זיך געוווּנדערט אויף דעם תּשובֿה־אַקט. האָט ער פֿאַרענטפֿערט: די גמרא זאָגט „רשעים, אַפֿילו בײַ דער טיר פֿונעם גיהנום טוען אויך קיין תּשובֿה ניט‟, וויל איך ווײַזן, אַז אַפֿילו דאָס אַליין איז אויך אַ ליגן.


אַ כּשרער רעסטאָראַן

אין אַ גרויסן כּשרן רעסטאָראַן, האָט מען מיט אַ מאָל אָפּגעזאָגט דעם משגיח.

אַז מען האָט געפֿרעגט דעם בעל־הבית, פֿאַר וואָס ער טוט עס, האָט ער געענטפֿערט:

— עס לוינט זיך מיר בעסער צו האָבן אַ כּשרן רעסטאָראַן אָן אַ משגיח, ווי אַ טרייפֿענעם מיט אַ משגיח…


וועגן געלט וואָס איז נאָך ניט געפֿונען געוואָרן

אַרויסקוקנדיק פֿונעם פֿענצטער האָט ר׳ חיים צאַנדזער אַרײַנגערופֿן צו זיך אַ פֿאַרבײַגייענדיקן חסיד און אים געפֿרעגט:

— וואָס וואָלטסטו געטאָן, ווען דו געפֿינסט אַ בײַטל מיט געלט?

— איך וואָלט עס אָפּגעגעבן דעם אייגנטימער, — ענטפֿערט ער.

— ביסט אַ גרויסער שוטה! — האָט דער רבי אים געזאָגט, און אַרײַנגערופֿן אַ צווייטן.

— וואָס וואָלטסטו געטאָן ווען דו געפֿינסט אַ בײַטל מיט געלט? — פֿרעגט ער דעם צווייטן.

— וואָס בין איך, אַ נאַר? כ’וואָלט גענומען דאָס בײַטל מיט געלט און זיך אָפּגעטראָגן.

— ביסט אַ רשע! — זאָגט אים דער רבי, און רופֿט אַ דריטן און פֿרעגט אים די זעלבע פֿראַגע.

— ווען כ׳וועל געפֿינען, וועלן מיר שמועסן, — ענטפֿערט ער.

— דו ביסט אַ חכם, — האָט דער רבי אים געזאָגט.

ווי זאָגט הײַנריך הײַנע: די חכמים קריגן זיך איבער אַן איי, וואָס איז נאָך ניט געבוירן געוואָרן („ביצה שלא נולדה ביום־טובֿ‟).


צוויי מלאָכות, נאָר פֿאַרקערטע

אַ זייגער־מאַכער פֿון אייראָפּע איז דאָ געוואָרן אַ שוחט אויך. איז בײַ אים אויסגעקומען ביידע מלאָכות פֿאַרקערט: די געשאָכטענע הון איז ווײַטער אַרומגעגאַנגען ווי פֿריִער, און דער פֿאַרראָכטענער זייגער איז אויך ווײַטער ניט געגאַנגען…