Oyneg Shabes

וויצן לכּבֿוד פּסח

Passover Jokes

  • Print
  • Share Share

זיבן קשיות

פֿאַרן אָפּריכטן דעם סדר האָט אַ זון געפֿרעגט דעם פֿאָטער:

— טאַטע, איך וועל דיך הײַנטיקס מאָל ניט פֿרעגן 4 קשיות, נאָר גאַנצע 7.

— פֿרעג, מײַן קינד, פֿרעג, — זאָגט דער פֿאָטער.

נאָך די 4 קשיות פֿון דער הגדה פֿרעגט דער זון ווײַטער:

— פּאַפּאַ, פֿאַר וואָס אַ גאַנץ יאָר, אַז עס קומט צו דיר אַן אָרעמאַן, גיסטו אים אַ קדחת און הײַנט שרײַסטו אַזוי ברווח: „כּל דכפֿין ייתי ויאכל?‟

— קינד מײַנס, — ענטפֿערט דער פֿאָטער, — דער תּירוץ איז: „עבֿדים היינו לפֿרעה במצרים‟, און איך פֿיר זיך פּונקט אַזוי ווי פּרעה האָט זיך געפֿירט. ער האָט צוגעזאָגט און ניט געהאַלטן וואָרט, טו איך אויך אַזוי.

דער זון: פֿון וואַנען האָסטו געהאַט אָנצוגרייטן אַזאַ פּסח, אַז דו האָסט אַ גאַנצן ווינטער קיין אַרבעט ניט געהאַט?

דער פֿאָטער: דער תּירוץ איז: „לפֿיכך אַנחנו חייבֿים‟, צוליב דעם זײַנען מיר אומעטום שולדיק!

— פּאַפּאַ, פֿאַר וואָס פֿאַרשליסטו די טיר ווען מען זעצט זיך צום סדר?

— דו האָסט גאָר פֿאַרגעסן, — האָט דער פֿאָטער אים געענטפֿערט, — אַז מען וועט באַלד זאָגן „כּל דכפֿין ייתי ויאכל‟, קענען נאָך די הונגעריקע אַרײַנקומען צום עסן.


אוי, פֿאַרקויפֿן צו אַ גוי… (או מכור לנכרי)

אַ מאַן האָט זיך געקריגט מיט זײַן פֿרוי אין ערבֿ־פּסח. אויסראַמענדיק דעם חמץ פֿון הויז, זאָגט ער צו איר:

— חלוואַי וואָלט איך שוין געהאַלטן בײַם אויסראַמען דעם ריכטיקן חמץ (דיך) פֿון מײַן הויז.

— דאָס דאַרפֿסטו מער ניט טאָן, — ענטפֿערט די פֿרוי. — מײַן טאַטע האָט מיך שוין לאַנג פֿאַרקויפֿט צו אַ גוי.


דער אַפֿיקומן

פֿאַר וואָס איז דערלויבט צו גנבֿענען דעם אַפֿיקומן? ס’שטייט דאָך אין דער תּורה: לא תגנובֿ.

דער תּירוץ: אַ הונגעריקער טאָר טאַקע ניט גנבֿענען, אָבער אַ זאַטער מעג — און דעם אַפֿיקומן גנבֿעט מען דאָך נאָכן עסן.


אַ קשיא פֿון אַ שיכּור

— מה נשתּנה, פֿאַר וואָס, — פֿרעגט אַ טרינקער, — האָט גאָט איבערגעקערט דעם סדר: פּרעהן געגעבן צען מכּות און אונדז נאָר פֿיר כּוסות? פֿאַר וואָס ניט פֿאַרקערט?

— מה נשתּנה, פֿאַר וואָס האָבן די חכמים פֿון די צען מכּות געמאַכט 50 און 250 מכּות, בעת די 4 כּוסות זײַנען געבליבן אָן אַ הוספֿה?

איין תּירוץ איז: „פּראָהיבישאָן‟.

אַ צווייטער תּירוץ איז: מכּות איז לײַכטער צו פֿאַרשטיין ווי ווײַן.