Oyneg Shabes

די אַוואַנטורעס פֿון יאַנקעלע מזיק

The Adventures of Yankele the Troublemaker

  • Print
  • Share Share

אין דעם איצטיקן „עונג שבת‟ ברענגען מיר אײַך אַ מעשׂה, געשריבן אין אַ פּשוטן ייִדיש, וואָס זאָל צו נוץ קומען דעם ייִדיש־לערער און די סטודענטן. די ווײַטערע אַוואַנטורעס פֿון „יאַנקעלע מזיק” וועלן זײַן אָפּהענגיק פֿון אײַערע בריוו: בײַם סוף פֿון יעדן עפּיזאָד וועט איר, די לייענער, אַליין באַשליסן, וואָס יאַנקעלע זאָל טאָן. אַזוי וועט זײַן געשיכטע ווערן אַ מין קאָלעקטיווער „קלײַב־אויס־דײַן־אייגענע־אַוואַנטורע” (Choose Your Own Adventure) אין המשכים. זאָלן די לערער און סטודענטן אַרומרעדן די מעשׂה אין קלאַס און אונדז שיקן זייערע געדאַנקען, אָדער אַפֿילו אַליין אָנשרײַבן דעם המשך?

איך וויל נישט גיין אין חדר

France Hilbert

איך הייס יאַנקל, אָבער אַלע רופֿן מיך „יאַנקעלע מזיק”. פֿאַר וואָס? ווײַל איך האָב ליב שטיפֿן, איבערקערן די וועלט. בײַ יעדער געלעגנהייט שטעק איך אַרײַן די נאָז אַהין, וווּ מען טאָר נישט.

איך האָב אָבער נישט צו פֿיל געלעגנהייטן, ווײַל איך בין נאָך אַ ייִנגל. איך וווין מיט מײַן משפּחה אין ברוקלין, מיט טאַטע־מאַמע און מיט מײַנע פֿופֿצן ברידער און שוועסטער. איך בין דער ייִנגסטער און אַלע זאָגן מיר וואָס צו טאָן: „יאַנקעלע, הער אויף צו מאַכן ‘טראָבל’! זײַ אַ ווויל ייִנגעלע!”

הײַנט איז דער ערשטער טאָג פֿון דעם נײַעם זמן, און איך דאַרף צוריקגיין אין חדר. אָבער איך וויל נישט! חדר איז שרעקלעך לאַנג און נודנע, אַ גאַנצן טאָג דאַרף מען זיצן, ווי אין תּפֿיסה. און אונדזער רבי איז אַ בייזער אַלטער ייִד מיט האַרטע, ביינערדיקע פֿינגער, וואָס שרײַט אויף די קינדער און שלאָגט אונדז. ער האָט מיך פֿײַנט, ווײַל פֿון אַלע תּלמידים בין איך דער גרעסטער שטיפֿער. ווי נאָר איך עפֿן דאָס מויל, גיט ער אַ פּאַטש, אַז איך קען דערזען די באָבע אויף יענער וועלט. „יאַנקעלע מזיק!‟ — שרײַט ער — „איך וועל דיך שוין אויסלערנען דרך־ארץ!‟

דער חדר־אויטאָבוס שטעלט זיך אָפּ פֿאַר אונדזער בנין, און די קינדער גייען אַרײַן איינס נאָכן אַנדערן. טאַטע־מאַמע שלעפּן מיך אַרויס פֿון בעט, טוען מיך אָן, און טראָגן מיך אַרויס צום אויטאָבוס.

„זײַ אַ ווויל ייִנגל, יאַנקעלע‟ — זאָגט די מאַמע.

„זײַ אַן ערלעכער ייִד‟ — זאָגט דער טאַטע.

„יאָ, איך וועל זײַן ווויל‟ — זאָג איך. אָבער אין האַרצן פֿרעג איך זיך אַליין: וווּ קען איך אַנטלויפֿן?

טאַטע־מאַמע גייען צוריק אַהיים, און איך וואַרט נאָך אין דער ריי. אויב איך לויף ניט איצט אַוועק, ווייס איך, בין איך פֿאַרלוירן: איך וועל נאָך אַ מאָל זיצן פֿאַרשפּאַרט אין חדר, ווי אַ פֿויגל אין אַ שטײַגל — אָפּגעהיטן זאָל מען ווערן!

אויף דער גאַס זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע געשעפֿטן: אַ סופּערמאַרק, אַן אײַזנקראָם, אַן אַפּטייק — גוטע ערטער זיך צו באַהאַלטן. ווײַטער איז דאָ אַ „סאָבוויי‟־סטאַנציע און אַ שטאָטישער אויטאָבוס — איך וועל אײַך ניט דערציילן, פֿון וואַנען איך האָב מײַן „מעטראָ־קאַרטל‟. די וועלט איז גרויס און די צײַט איז קורץ — נעם איך די פֿיס אין די הענט און איך לויף!


טײַערע סטודענטן,

וווּ אַהין זאָל יאַנקעלע לויפֿן? וואָס זאָל ער טאָן, כּדי אויסצומײַדן דעם בייזן רבין? זײַט אַזוי גוט און שיקט אײַערע עצות און געדאַנקען אויפֿן אַדרעס

burko@yiddish.forward.com

אַוואַנטורע (די) — adventure

‫מזיק (דער) [mázek]‬‪ — ‬‫mischievous child, scamp‬

‫חדר (דער) [khéyder]‬‪ — ‬‫religious school, heder‬

שטיפֿן — make mischief, have fun

איבערקערן — turn upside down

אַרײַנשטעקן — stick in

ווויל — good, well-behaved

‫זמן (דער) [zman]‬‪ — ‬‫semester‬

נודנע — boring

‫תּפֿיסה (די) [tfise]‬‪ — ‬‫prison‬

‫רבי (דער) [rébe]‬‪ — ‬‫“heder teacher, “rabbi‬

ביינערדיק — bony

ווי נאָר — as soon as

פּאַטש (דער) — smack

דערזען — catch sight of

יענע וועלט — the world to come

‫דרך־ארץ (דער) [derkhérets]‬‪ — ‬‫respect‬

אָפּשטעלן זיך — stop

איינס נאָכן אַנדערן — one after the other

ערלעך — honest, (religiously) observant

פֿאַרשפּאַרן — imprison, confine

שטײַגל (דאָס) — birdcage

אָפּגעהיטן זאָל מען ווערן — !God forbid

אײַזנקראָם (דער) — hardware store

אַפּטייק (די) — pharmacy

באַהאַלטן — hide

נעמען די פֿיס אין די הענט — take to one’s heels