■ איציק מאַנגער איז געקומען אױף אַ פּאָר טעג אין אַ קלײן בוקאָװינער שטעטל, צו טרעפֿן זיך מיטן ייִדישן לײענער. צום ליטעראַרישן אָװנט איז ער, אָבער, געקומען נאָך אַן אמתן צעגיס אין דער אָרטיקער קרעטשמע און טאַקע זײער, זײער „מיד‟. ער איז געװען אַזױ „מיד‟, אַז ביז דער פֿאָרזיצער, אַ באַװוּסטער גראַפֿאָמאַן, יאַנקעלע שטאָק, האָט געלײענט פֿון אַ פּאַפּירל זײַן נודנעם אַרטיקל װעגן דעם פֿאָלקס־פּאָעט איציק מאַנגער, איז דער פֿאָלקס־פּאָעט אַנטשלאָפֿן געװאָרן. יאַנקעלע לײענט, מאַנגער שלאָפֿט, דער קהל לאַכט. און דאָ דערזעט, סוף־כּל־סוף, יאַנקעלע שטאָק, אַז איציק מאַנגער שלאָפֿט. איז ער אין כּעס געװאָרן און גלײַך פֿון דער בינע זיך געװאָנדן צום פּובליקום און פֿאָרגעלײגט איבערצולײענען אַ פּאָר זײַנע נײַע דערצײלונגען. שטעלט זיך אַנטקעגן אים אױף אַן אַלטער ייִד און זאָגט: „יאַנקעלע־סערצע, אין מאַנגערס כראָפּען איז מער פּאָעזיע, װי אין דײַן פּלאַפּלערײַ!‟
■ סער אַרטור קאָנאַן דױל האָט אײן מאָל אין אָװנט אױסגעטרונקען אַ ביסל מער װי שטענדיק, און ס’האָט זיך אים פֿאַרגלוסט אָפּצושפּילן עפּעס אַ שפּיצל. האָט ער אױסגעקליבן צװעלף סאַמע גרעסטע און אָרנטלעכע באַנקירן פֿון לאָנדאָן און געשיקט יעדן אײנעם פֿון זײ אַ קורצע טעלעגראַמע: „אַלץ איז אױפֿגעדעקט געװאָרן! אַנטלױפֿט!‟ — שטעלט זיך פֿאָר, אַז אױף מאָרגן אין דער פֿרי זײַנען די צװעלף בענק געבליבן פֿאַרמאַכט און זײערע באַלעבאַטים זײַנען באמת אַנטלאָפֿן פֿון לאָנדאָן.
■ מיכאל סװעטלאָװ (שײנקמאַן), זײער אַ פּאָפּולערער סאָװעטישער דיכטער, איז אײן מאָל געזעסן מיט זײַן פֿרײַנד בײַ אַ גלעזל אינעם רעסטאָראַן „נאַציאָנאַל‟. שפּעט בײַ נאַכט, װען זײ בײדע זײַנען שױן געװען גוט בגילופֿין, גײען זײ אַרױס אין לאָבי, און סװעטלאָװ דערזעט בײַ דער אַרײַנגאַנג־טיר אַ מאַן אַ ריז, אױסגעפּוצט אין אַ שװאַרצן מונדיר מיט גאָלדענע עפּאָלעטן און אַקסלבאַנטן. האָט ער געמײנט, אַז יענער איז אַ שװײצאַר, שרײַט ער צו אים: „שװײצאַר, טאַקסי!‟ — רופֿט זיך יענער אָן: „איך בין נישט קײן שװײצאַר, איך בין אַן אַדמיראַל!‟ — „גאָר אַזױ? אַן אַדמיראַל?‟ — פֿרעגט איבער סװעטלאָװ, — „אויב אַזוי, רוף אונדז אַרויס אַ שיפֿל!‟
■ אַלעקסאַנדער דיומאַ איז געװען צו גאַסט בײַם באַרימטן פּאַריזער דאָקטער גיסטאַל. מע האָט גוט אָפּגעגעסן און פֿיל אױסגעטרונקען. בײַ דער געזעגענונג בעט דער דאָקטער דעם גרױסן שרײַבער אָנצושרײַבן אים עפּעס אין זײַן גאַסטבוך. האָט דיומאַ אָנגעשריבן: „זינט דער דאָקטער גיסטאַל האָט אָנגעהױבן צו הײלן די פּאַריזער קראַנקע, דאַרף מען פֿאַרמאַכן דעם גרױסן שפּיטאָל!‟ דער דאָקטער גיסטאַל האָט אױסגעשריִען: „אָ, מעסיע אַלעקסאַנדער, איר טרײַבט איבער!‟ און דאַן האָט דיומאַ צוגעשריבן: „מע דאַרף פֿאַרמאַכן דעם גרױסן שפּיטאָל און אױפֿשטעלן צװײ צווינטערס!‟
■ מע דערצײלט, אַז אײן מאָל איז אַהרן װערגעליס אױפֿגעטראָטן ערגעץ אין אַ מאָסקװער פֿאַבריק מיט אַ לעקציע װעגן דער פֿרײַנדשאַפֿט צװישן די סאָװעטישע פֿעלקער. בשעתן רעדן, האָט ער באַמערקט: „צװישן די ייִדן פֿיל איך זיך אַ ייִד, צװישן די רוסן — אַ רוס, צװישן די קאַזאַכן — אַ קאַזאַך…‟ און דאָ שטעלט זיך אױף אַן אונטערגעשאָסענער גראָבער־יונג און גיט אים אַ פֿרעג: „און צװישן די אידיאָטן?…‟ — „צװישן די אידיאָטן בין איך צום ערשטן מאָל‟, — האָט בליץ־שנעל געענטפֿערט װערגעליס.
■ מאַרטשעלאָ מאַסטראָיאַני, דער באַרימטער איטאַליענישער אַקטיאָר, האָט זײער ליב געהאַט דעם רוסישן טעאַטער. אין מיטן די 1960ער יאָרן איז ער ספּעציעל געקומען קײן מאָסקװע צו זען עפּעס אינעם טעאַטער „סאָװרעמעניק‟, און זיך באַקענען מיט די רוסישע שױשפּילער. קומט ער קײן מאָסקװע און גלײַך בעט בײַ זײַן טאָלמאַטש פֿון „קאַגעבע‟ צו װײַזן אים אַװוּ פֿאַרברענגען די מאָסקװער אַקטיאָרן. יענער האָט אים געמוזט פֿירן אין רעסטאָראַן פֿונעם „אַקטיאָרן־הױז‟; נאָר פֿריִער האָט ער אָנגעקלונגען זײַנע קאָלעגן אין „קאַגעבע‟, און װען מאַסטראָיאַני איז געקומען אין רעסטאָראַן, איז דאָרט שוין געװען לײדיק, נאָר בײַ אײן טישל איז געזעסן און געטרונקען דער שױשפּילער פֿונעם „מכאַט‟ (מאָסקווער קינסטלערישער טעאַטער), בעלאָקוראָװ, אַ דעמב, אַ ריז. פֿאַר אים האָט מען ממש מורא געהאַט. דערזעט בעלאָקוראָװ דעם איטאַליענישן אײדעלן אַקטיאָר מאַסטראָיאַני, גיסט אים אָן אַ פֿולע גלאָז בראָנפֿן און הײסט: „טרינק!‟ — מאַסטראָיאַני האָט זיך דערשראָקן און אױסגעטרונקען דעם בראָנפֿן. בעלאָקוראָװ האָט אַרױפֿגעלײגט זײַן ברייטע דלאָניע אױף מאַסטראָיאַניס פּאַטעלניצע און פֿאַרסך־הכּלט מיט זײַן באַסאָװע דונער־קול: „אָט איצט זע איך… אַז דו ביסט באמת אַ גוטער אַקטיאָר… זונעניו!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.