Oyneg Shabes

מאַלי פּיקאָן אויף דער ישׂראל־טעלעוויזיע, 1980

Molly Picon on Israeli Television, 1980

  • Print
  • Share Share

ווער האָט זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דווקא אויף דער ישׂראל־טעלעוויזע זאָל מען קענען זען היסטאָרישע פּראָגראַמען אויף ייִדיש? כּידוע האָט מען אין דער מדינה אונטערגעדריקט ייִדיש, פֿאַר און נאָכן חורבן. די קעגנערישע שטעלונג לגבי ייִדיש האָט מען געפֿילט לאַנג נאָך דעם ווי ייִדיש איז שוין מער נישט געווען קיין קאָנקורענט צו עבֿרית, ווי די עיקר־גערעדטע שפּראַך אין לאַנד.

פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער בינע געהאַט ווייניקער פּראָבלעמען צוליב דעם. דער לאָדזשער קאָמיקער דזשיגאַן, למשל, האָט פֿאָרגעשטעלט אַ געראָטענע סעריע אויף ייִדיש אויף דער ישׂראל־טעלעוויזיע, וואָס מע קען הײַנט זען אויף „יו־טוב‟.

אונדזער עונג־שבת־פֿילם די וואָך ווײַזט אַן אינטערוויו אויף דער ישׂראל־טעלעוויזיע אין 1980 מיט איינער פֿון די גרעסטע אַקטריסעס פֿון דער ייִדישער בינע — מאָלי פּיקאָן (1898 — 1992). דעם אינטערוויו נעמט בײַ איר אויף ענגליש דער באַקאַנטער זשורנאַליסט מני פּאר. מאַלי, אָבער, ענטפֿערט, דער עיקר, אויף ייִדיש, און מע זעט, אַז דער עולם, וואָס באַשטייט כּעמט אין גאַנצן פֿון יונגע־לײַט, פֿאַרשטייט איר לשון און גיט אַ שמייכל, ווען מע דאַרף. עס קומט פֿאָר אַ שפּראַכיקער מיש־מאַש צווישן ענגליש, ייִדיש און העברעיִש, אָבער נישקשה — מע לאַכט און מע האָט הנאה פֿון איר וווּנדערלעכער פֿאָרשטעלונג.