אַ קידושין־רינגל קאָן דינען ווי אַ גוטער מיטל קעגן ראַק, ווײַזט אָן אַ נײַע שטודיע.
די פֿאָרשער האָבן אַנטדעקט, אַז בײַ מאַנסבילן, וואָס לײַדן פֿון ראַק און וווינען אַליין, איז די שטאַרביקייט 27% העכער ווי בײַ חתונה־געהאַטע מענער. בײַ פֿרויען־פּאַציענטן, וואָס וווינען אַליין, איז די שטאַרביקייט 19% העכער ווי בײַ חתונה־געהאַטע פֿרויען.
די פֿאָרשער האָבן אויך באַמערקט, אַז די מעלות פֿון האָבן אַ זיווג זענען נישט פֿאַרבונדן מיט פֿינאַנציעלע סיבות, נאָר גיכער מיט דער עמאָציאָנעלער און פּראַקטישער שטיצע וואָס די קראַנקע באַקומען פֿון זייער פֿרוי אָדער מאַן, האָט באַמערקט די מחברטע פֿון דער שטודיע, ד״ר סקאַרלעט לין גאָמעז, אַ וויסנשאַפֿטלערין בײַם „קאַליפֿאָרניער ראַק־פֿאַרהיטונג אינסטיטוט‟.
„מיר האָבן גענומען אין באַטראַכט די געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿון אַלע פּאַציענטן און שטודירט סײַ די חתונה־געהאַטע, סײַ די נישט־חתונה־געהאַטע אין דער זעלבער פֿאַרמעגלעכער געגנט, און אויך דאָרט האָבן די חתונה־געהאַטע פּאַציענטן געהאַט אַ בעסערן פּראָגנאָז,‟ האָט ד״ר גאָמעז באַטאָנט.
דאָס מיינט, אַוודאי, נישט, אַז דאָס האָבן אַ זיווג וועט פֿאַרהיטן קעגן שטאַרבן פֿון ראַק; בלויז אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ געוויסע פֿאַרבינדונג.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 10־15 יאָר האָבן אַנדערע שטודיעס אויך באַוויזן די מעלות פֿון האָבן אַ לעבנס־באַגלייטער, ווען מע לײַדט פֿון אַ ראַק. אַלע האָבן געהאַלטן, אַז דער בעסערער פּראָגנאָז איז אַ רעזולטאַט פֿון דער ליבשאַפֿט און שטיצע, וואָס מע באַקומט פֿונעם מאַן אָדער ווײַב. ד״ר גאָמעז האָט אָבער געוואָלט אויסגעפֿינען, צי געלט שפּילט אפֿשר אויך אַ ראָלע אינעם בעסערן פּראָגנאָז פֿון חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער (אַ בשותּפֿותדיקע הכנסה, אָדער בעסערע געזונט־פֿאַזיכערונג).
די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די געזונט־געשיכטע פֿון כּמעט 800,000 דערוואַקסענע אין קאַליפֿאָרניע, וואָס האָבן באַקומען אַ דיאַגנאָז פֿון אַן אַוואַנסירטן ראַק צווישן די יאָרן 2000 און 2009, און מע האָט די פּאַציענטן נאָכגעפֿאָלגט ביזן יאָר 2012.
די שטודיע, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן דעם 11טן אַפּריל אינעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Cancer, האָט אַנטפּלעקט, אַז פֿינאַנציעלע רעסורסן האָבן נישט געשפּילט קיין גרויסע ראָלע אין דעם, צי דער פּאַציענט וועט איבערלעבן דעם ראַק, צי נישט, האָט גאָמעז דערקלערט.
פֿאַרקערט, ווי עס זעט אויס, איז דער גרעסטער „בענעפֿיט‟ טאַקע די פּראַקטישע און עמאָציאָנעלע שטיצע פֿונעם מאַן אָדער פֿרוי ווי, למשל, דאָס מיטפֿאָרן מיט זיי צו די באַשטעלונגען בײַם דאָקטער; דאָס געבן זיי געזונטע מאָלצײַטן, און דאָס פֿאַרזיכערן, אַז זיי נעמען אײַן זייערע מעדיקאַנענטן.
די חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער האָבן אויך גענאָסן פֿון דער עמאָציאָנעלער שטיצע, וואָס קאָן אויסשפּאַנען דעם פּאַציענט און דערבײַ פֿאַרבעסערן זײַן מצבֿ, האָט גאָמעז געזאָגט.
„ס׳איז זייער גוט, ווען מע האָט עמעצן בײַ דײַן זײַט, וואָס הערט זיך צו צו דיר, און גיט דיר עצות בעת דער ראַק־באַהאַנדלונג, ווײַל דאָס לײַדן פֿון ראַק קען אַרויסרופֿן אַ סך שרעק,‟ האָט גאָמעז געזאָגט. „נישט־חתונה געהאַטע מענטשן האָבן מסתּמא קיינעם נישט, וואָס איז כּסדר בײַ דער זײַט,‟ האָט באַמערקט ד״ר גרעגאָרי מאַסטערס, אַן אָנקאָלאָג בײַם „בעלען גרייאַם ראַק־צענטער‟ אין ניואַרק, דעלאַווער. „דערפֿאַר איז זייער וויכטיק, אַז זיי זאָלן זיך ווענדן צו קרובֿים און פֿרײַנד נאָך הילף און שטיצע, ווען זיי לײַדן פֿון ראַק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.