No Place Like Home

היימישע רפֿואות פֿאַר אַ מאָגן־קראַנקייט

Home Remedies For an Upset Stomach

  • Print
  • Share Share

ווען דער מאָגן ברענגט אײַך צרות — עס מיגלט אײַך; אָדער איר לײַדט פֿון אַ לויזן מאָגן, אָדער אַ האַרטן — איז בעסער אויסצומײַדן די קאָמערציעלע מעדיקאַמענטן, און זיך גיכער היילן מיט פּשוטע, נאַטירלעכע מיטלען. אָט זענען 9 פֿון זיי:

1. מערן און פֿעפֿערמינץ

מערן און פֿעפֿערמינץ

אויב עס מיגלט אײַך, בפֿרט בעת אַ ווינטערדיקער גריפּע, זידט אויף 4 טעפּלעך וואַסער מיט 4 צעשניטענע מערן און איין טיי־זעקעלע פֿעפֿערמינץ. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און קאָכט עס 15 מינוט, ביז די מערן ווערן ווייך. וואַרפֿט אַרויס דאָס טיי־זעקעלע, און צעמאָלט די מערן מיטן וואַסער אין אַ שפּײַזמאַשין, ביז עס איז אין גאַנצן צעמאָלן. אויב איר גיט צו אַ ביסל צעמאָלענעם אינגבער, וועט עס נאָך מער העלפֿן באַרויִקן דעם מאָגן.

2. רײַז־טיי

אויב איר לײַדט פֿון אַ לויזן מאָגן, מאַכט אַ „טיי‟ פֿון רײַז. זידט אויף 1/2 טעפּל רײַז אין 6 טעפּלעך וואַסער און קאָכט עס בערך 15 מינוט. ניצנדיק אַ דורכשלאַק, לאָזט דאָס וואַסער אָפּרינען אין אַ קופֿל, און באַטעמט דאָס רײַז־וואַסער מיט אַ ביסל האָניק אָדער צוקער. טרינקט עס וואַרעמערהייט.

3. „צוגעברענט‟ ברויט העלפֿט נאָך מער ווי „צוגעברוינט‟ ברויט

יעדער ווייסט, אַז צוגעברוינט ברויט (טאָסט) איז גוט צום מאָגן, אָבער געוויסע עקספּערטן זאָגן, אַז פֿאַרברענטס איז נאָך בעסער, ווײַל עס זאַפּט אײַן די סמיקע עלעמענטן, וואָס מאַכן אײַך קראַנק. באַשמירט עס מיט אַ ביסל אײַנגעמאַכטס, וועט עס זײַן מער אַפּעטיטלעך.

4. עפּל־קוואַס־עסיק העלפֿט קעגן פֿאַרדייונג־פּראָבלעמען

באַקאַנט ווי אַן אַלטע רפֿואה קעגן שלוקערצן און אַ האַלדז־ווייטיק, איז עפּל־קוואַס־עסיק אויך אַ גוטער מיטל צו „באַרויִקן‟ אַ צעהײַטערטן מאָגן. מישט אַרײַן 1 לעפֿל עפּל־קוואַס־עסיק און 1 לעפֿל האָניק אין 1 טעפּל וואַרעם וואַסער, און טרינקט עס אויס, וועט איר באַלד זען, ווי דער גאַז וועט איבערגיין.

5. אַ מיטל קעגן אַ האַרטן מאָגן

אויב איר לײַדט פֿון אַ האַרטן מאָגן, איז גוט צו עסן שפּײַזן, וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט פֿיברע: קאַרשן, ראָזשינקעס, אַפּריקאָסן און געטריקנטע פֿלוימען. טרינקט אויך אַ סך וואַסער.

6. נאָטירלעכער יאָגורט איז זייער עפֿעקטיוו

געוויינטלעך, הייסן די דאָקטוירים נישט עסן מילכיקע שפּײַזן, אַז מע לײַדט פֿונעם מאָגן, אָבער יאָגורט איז אַן אויסנאַם, ווײַל די לעבעדיקע באַקטעריע, וואָס געפֿינט זיך אין יאָגורט באַרויִקט די פֿאַרדיי־פּראָבלעמען און פֿאַרשטאַרקט אַפֿילו אײַער אימון־סיסטעם. זײַט אָבער זיכער, אַז דער יאָגורט איז אַ נאַטירלעכער, אָן פֿעטס און אָן צוגעגעבענעם צוקער אָדער טעמען.

7. קימל־קערעלעך שטעלן אָפּ דעם וווּקס פֿון שלעכטער באַקטעריע

קימל־קערעלעך

גיי ווייס, אַז קימל־קערעלעך זענען געפּאַקט מיט וויטאַמינען און מינעראַלן, וואָס אַ דאַנק זיי, שטעלט זיך אָפּ דער וווּקס פֿון שלעכטער באַקטעריע, וואָס איז גורם גאַז און אַן אָנגעבלאָזענעם בויך. אויב ס’ווערט אײַך נישט גוט אין מאָגן גלײַך נאָכן עסן אַ מאָלצײַט, עסט אַ זשמעניע קימל־קערעלעך.

8. פֿענכל (fennel)־טיי איז אויך אַ רפֿואה

אויב איר זיפּט אַ פֿענכל־טיי אָדער קײַט עטלעכע פֿענכל־קערלעך, וועט עס פֿאַרשטאַרקן אײַער פֿאַרדיי־סיסטעם, רעדוצירן גאַז און אַוועקנעמען דעם מיגל פֿון אַ מאָגן־שטערונג.

9. פֿאַרגעסט נישט אַ הייצמיטל!

מסתּמא איז דאָס די עלטסטע רפֿואה קעגן מאָגן־קראַנקייטן: לייגט אַ וואַרעם־פֿלאַש אָדער אַן עלעקטרישן הייצקישן אויפֿן בויך. די היץ פֿאַרשטאַרקט דעם בלוטשטראָם צום הויט און שוואַכט דערבײַ אָפּ דעם בויכווייטיק.

(פֿון „רידערס דײַדזשעסט‟)