No Place Like Home

אויב איר טרינקט נישט קיין קאַווע

If You Don't Drink Coffee

  • Print
  • Share Share

דאַניעל וויקטאָר, אַ זשורנאַליסט בײַ דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, און בטבֿע נישט קיין קאַווע־טרינקער, האָט לעצטנס געשטעלט אַ טשיקאַווע שאלה: הערנדיק ווי געזונט עס איז צו טרינקען כאָטש איין טעפּל קאַווע אַ טאָג, וויל ער וויסן, צי ער זאָל אַליין אָנהייבן עס טרינקען, אַפֿילו אויב ער האָט עס נישט ליב?

בערך 64% אַמעריקאַנער טרינקען, צום ווייניקסטן, איין טעפּל קאַווע אַ טאָג.

ד״ר דאָנאַלד הענסראָד, דירעקטאָר פֿון דער „פּראָגראַם פֿאַר אַ געזונטן לעבן‟ אינעם „מייאָ קליניק‟, האָט אים געענטפֿערט, אַז עס זענען נישטאָ קיין בפֿירושע תּקנות וואָס שייך דעם טרינקען קאַווע. „דאָס איז אַ באַשלוס, וואָס יעדער דאַרף אַליין מאַכן.‟

ס׳איז שוין גוט באַקאַנט, אַז דאָס טרינקען קאַווע ברענגט מיט זיך אַ צאָל מעלות פֿאַרן געזונט. לויט אַן אָקערשטדיקן איבערבליק פֿון אַ צאָל שטודיעס אויף דער טעמע, קאָן דאָס טרינקען קאַווע, למשל, פֿאַרקלענערן די ריזיקע פֿון לעבער־ציראָז (liver cirrhosis).

אַחוץ דעם האָט מען שוין געצויגן אַ פֿאַרבינדונג צווישן קאַווע און אַ פֿאַרקלענערטער ריזיקע פֿון טיניטוס (אַ רעש אין די אויערן) און מעלאַנאָמע (הויטראַק). מע האָט אויך באַוויזן, אַז קאַווע קאָן פֿאַרשטאַרקן די כּוחות בײַם מאַכן פֿיזישע געניטונגען, און קאָן אַפֿילו גורם זײַן אַריכת־ימים.

מיט אַנדערע ווערטער, קאַווע איז בפֿירוש נישט קיין סכּנה. פֿון דעסטוועגן, האָט דערווײַל נישט קיין איין עקספּערט גערופֿן די מענטשן, וואָס טרינקען נישט קיין קאַווע, אַז זיי זאָלן עס איצט אַרײַננעמען אין זייער דיעטע.

ס׳רובֿ ליבהאָבער פֿון קאַווע טרינקען עס נישט צוליב די געזונט־מעלות, נאָר פּשוט ווײַל זיי ווילן זיך אויסטשוכען בײַם אויפֿוועקן זיך, אָדער אין מיטן טאָג, ווען עס פֿאַרכאַפּט זיי אַ מידקייט. „ווי אַזוי קענסטו אין דער פֿרי אַרבעטן אָן קאַווע?‟ האָט אַ פֿרײַנד געפֿרעגט וויקטאָרן.

ד״ר ראָב וואַן דאַם, אַ נערונג־פּראָפֿעסאָר אין האַרוואַרד, האָט דערקלערט, אַז די קאַווע־טרינקער געניסן טאַקע פֿון דער קאַווע אין דער פֿרי, אָבער דאָס איז בלויז ווײַל זיי האָבן, אין דער אמתן, שוין אַנטוויקלט אַן אַדיקציע צו קאַווע. די מענטשן, וואָס האָבן נישט די אַדיקציע, קענען זיך אַליין אויסטשוכען אָן דעם „שפּריץ קאַפֿעיִן‟.

עס זענען טאַקע דאָ באַווײַזן, אַז דאָס טרינקען קאַווע פֿאַרבעסערט די אינטעלעקטועלע פֿעיִקייטן, און פֿאַרקלענערט די ריזיקע פֿון דעפּרעסיע, האָט ד״ר הענסראָד דערקלערט. אָבער אויב מע טרינקט צו פֿיל קאַווע, קאָן עס דערפֿירן צו שלאָפֿלאָזיקייט אָדער נערוועזקייט. אויב אַ מענטש קאָן, נישט למשל, גרינג אַנטשלאָפֿן ווערן נאָכן אויסטרינקען אַ פּושקע קאָלע (קאָלע האָט אויך קאַפֿעיִן), איז מסתּמא בעסער, ער זאָל נישט טרינקען קיין קאַווע.

„אויב דו האָסט נישט ליב דעם טעם פֿון קאַווע, איז עס זיכער נישט כּדאַי,‟ האָט ד״ר הענסראָד געזאָגט.