אַ קינדהיטערין גיט די עלטערן 13 עצות, ווי אַזוי צו מאַכן איר אַרבעט גרינגער, און דערבײַ צו העלפֿן איר טאָן אַ בעסערע אַרבעט:
איידער איך הייב אָן אַרבעטן פֿאַר אײַך, פֿאַרבעט מיך צו קומען צו אײַך אַהיים בלויז אויף 5 מינוט, בשעת איר זענט אין שטוב. אויב איר קענט עס נישט טאָן, ווײַזט כאָטש אײַערע קינדער אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מיר (איך קען אײַך צושיקן איינע.) דאָס וועט זיי מאַכן אַ ביסל באַקוועמער מיט מיר, איידער איר גיט זיי איבער אין מײַנע הענט.
פֿרייט זיך, ווען איך קום אָן. עס קלינגט ווי אַ קלייניקייט, אָבער ווען איר עפֿנט די טיר, איז וויכטיק, אַז די קינדער זאָלן זען, אַז איר האַלט פֿון מיר. איר קענט מיך אַפֿילו אַרומנעמען. אַזוי וועלן די קינדער דערפֿילן, אַז איך בין „כּשר‟!
אויב אײַערע קינדער צעוויינען זיך ווען איר גייט אַרויס, מאַכט זיך נישט וויסנדיק, און גייט אַרויס וואָס גיכער, ווײַל אויב איר קומט צוריק, כּדי זיי צו באַרויִקן, וועט דאָס געוויין דויערן נאָך לענגער. איך זאָג אײַך צו: נאָך דעם וואָס איר פֿאָרט אַוועק, וועלן אײַערע קינדער אויפֿהערן צו וויינען. געוויינטלעך, באַרויִקן זיי זיך אין ווייניקער ווי 10 מינוט. (אויב איר זאָרגט זיך, בעט מיך, אַז איך זאָל אײַך שיקן אַ טעקסטל באַלד ווי די קינדער הערן אויף צו וויינען.)
ס׳איז שווער צו געדענקען אַלע פּרטים, וואָס איר גיט מיר במשך פֿון די 10 מינוט איידער איר פֿאַרלאָזט די שטוב. דערפֿאַר האָבן מיר, די קינדהיטער, ליב, ווען איר פֿאַרשרײַבט אַלץ אויף אַ בויגן פּאַפּיר: אַלע נייטיקע טעלעפֿאָן־נומערן; דער רוטין בײַם לייגן די קינדער שלאָפֿן; אַלע תּקנות פֿון דער שטוב (מעגן די קינדער עסן אין סאַלאָן? מעגן זיי זיך שפּילן אויפֿן קאָמפּיוטער?), און אויך די פּראַקטישע זאַכן: וווּ קען איך געפֿינען איבעריקע אַשר־יצר פּאַפּיר? וואָס איז דער „ווײַ־פֿײַ‟ פּאַראָל?
לאָזט מיך וויסן, צי איר וועט זיך פֿאַרשפּעטיקן: עס אַרט מיך נישט, אויב איר קומט אַהיים שפּעט בײַ נאַכט; דאָס מיינט דאָך אַ גרעסער געהאַלט פֿאַר מיר! אָבער אויב איר ווייסט, אַז איר וועט פֿאַרשפּעטיקן, קלינגט מיר אָן. איין מאָל זענען די עלטערן נישט אַהיימגעקומען ביז פֿאַרטאָג, און איך האָב יענעם אינדערפֿרי נאָך געדאַרפֿט גיין אַרבעטן!
לאָזט מיך איבער עפּעס צו עסן, אַחוץ טשיפּקעלעך און עפּל־קאָמפּאָט. אויב איך מעג אַליין נעמען עסן פֿון קיך, לאָזט מיך דאָס אויך וויסן.
טרינקגעלט שאַט נישט. יאָ, אײַערע קינדער זענען טאַקע זייער חנעוודיק, אָבער לאָמיר זיך נישט נאַרן; פֿאַר מיר איז דאָס פּרנסה. אויב איר באַצאָלט מיר גוט, אָדער איר גיט מיר ברייטהאַרציק טרינקגעלט, וועל איך זיך פֿילן אַ סך מער געטרײַ אײַער משפּחה און וועל זײַן מער גענייגט צוריקצוקומען.
איך בעט אײַך נישט דערציילן מיר אײַערע אינטימע זאַכן, ווײַל ס׳איז מיר פּריקרע דאָס צו הערן. מאַמעס באַקלאָגן זיך כּסדר וועגן דעם, וואָס זייערע מענער העלפֿן קיין מאָל נישט מיט דער הויז־ווירטשאַפֿט, אָדער אַז זיי גיבן אויס צו פֿיל געלט — אָדער נאָך ערגערע זאַכן.
אײַערע קינדער קענען נישט האַלטן קיין סודות. זיי וועלן מיר דערציילן, צי דער טאַטע האָט פֿאַרלוירן די אַרבעט, אָדער וועגן דער צײַט, ווען די מאַמע איז געלעגן וואָכן לאַנג אין אַ שפּיטאָל פֿאַר גײַסטיק קראַנקע…
עס שאָקירט מיך, ווען איך זע ווי עלטערן, וואָס האָבן נישט קיין מזומן בײַ זיך, לקחענען דאָס געלט פֿון זייערע קינדערס טײַסטערס אָדער „שפּאָר־באַנק‟.
ס׳איז זייער מעגלעך, אַז איך ווייס וועגן די צרות אין אײַער זיווג־לעבן. אײַערע קינדער דערציילן מיר וועגן אײַערע קריגערײַען, און אַמאָל הער איך אַפֿילו ווי איר קריגט זיך, איידער איך קלאַפּ אָן אין דער טיר.
האַלט נישט אײַערע „פּריוואַטע‟ DVDs אינעם DVD־שפּילער, ווײַל איך — און זיכער די קינדער — וועלן עס געפֿינען.
לאָזט נישט ליגן אויפֿן טאָמבאַנק יענע זאַכן, וואָס איר ווילט נישט, אַז איך זאָל לייענען: אַ חשבון, אַן אײַנקויף־רשימה אָדער אַ באַנק־באַשטעטיקונג. איין מאָל, היטנדיק די קינדער פֿון אַ געוויסער משפּחה, האָב איך געזען דער משפּחהס שטײַער־דערקלערונג, און נאָך דעם האָב איך זיך שוין מער נישט געפֿילט שולדיק צו מאָנען בײַ זיי אַ העכערונג אין די שׂכירות!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.