די לימענע איז אַ נאַטירלעכער מיטל פּטור צו ווערן פֿון ריחות און פֿלעקן; אָט זענען 13 אופֿנים ווי זי קען אײַך צו ניץ קומען:
דערפֿרישט דעם אײַזקאַסטן: אויב אַ געוויסע שפּײַז אין פֿרידזשידער האָט אַ שלעכטן ריח, וואַרפֿט זי אַרויס. דערנאָך טונקט אײַן אַ שוואָם אָדער וואַטע אין לימענע־זאַפֿט און לאָזט עס אין פֿרידזשידער אויף עטלעכע שעה, וועט דער שלעכטער ריח פֿאַרשווינדן.
פֿאַרטרײַבט די ריחות פֿון אײַער שנײַדברעט: נאָכן צעשנײַדן ציבעלע, קנאָבל, רוי פֿלייש אָדער פֿיש אויף דער ברעט, וועלן זיך, אַוודאי, אָנזאַמלען נישט־אײַנגענעמע ריחות. צעשנײַדט אַ לימענע אויף דער העלפֿט, און רײַבט ביידע העלפֿטן איבער דער גאַנצער ברעט.
איר דאַרפֿט נישט קיין סם־שפּריצן צו פֿאַרטרײַבן די מוראַשקעס אין קיך. באַשפּריצט די שוועל און די פֿענצטערברעטן מיט לימענע־זאַפֿט, און קוועטשט אַרײַן לימענע־זאַפֿט אין אַלע לעכער און שפּאַלטן, פֿון וואַנען זיי קומען אַרײַן. צעשיט אויך קליינע רעפֿטלעך לימענע־שאָלעכץ אין דרויסן, בײַם אַרײַנגאַנג.
לימענעס קאָנען אויך פֿאַרטרײַבן די זשוקעס: מישט צונויף דעם זאַפֿט פֿון 4 לימענעס, און די שאָלעכצער, מיט 1/2 גאַלאָן (2 ליטער) וואַסער און וואַשט די פּאָדלאָגע מיט דעם, וועלן די שרצים אַנטלויפֿן. זיי האָבן פֿײַנט דעם ריח.
טאָמער האָט אײַער מיקראָכוואַלניק געליטן פֿון אַ שטיקל „שׂריפֿהלע‟, קענט איר פּטור ווערן פֿונעם רויך־גערוך אַזוי: שיילט אָפּ די לימענע פֿון 1 אָדער 2 לימענעס, און מאַכט עטלעכע שניטן אין יעדן שטיקל שאָלעכץ. לייגט די שאָלעכצער אַרײַן אין 1 טעפּל וואַסער. שטעלט עס אַרײַן אין מיקראָכוואַלניק און דרייט אים אָן אויף 5 מינוט. נאָך די 5 מינוט, ווישט אָפּ אַלע ווענטלעך און דאָס טירל פֿון מיקראָכוואַלניק מיט אַ שמאַטע און וואַרפֿט אַוועק דאָס שאָלעכץ מיט וואַסער. טוט עס אַ 4־5 מאָל, וועט איר זען ווי דער ריח פֿון „פֿאַרברענטס‟ ווערט אַלץ שוואַכער.
אויב עס פֿילט זיך פֿון אײַער מויל, מאַכט אַ גרינג שווענקעכץ פֿון ריינעם לימענע־זאַפֿט. אויב איר שלינגט עס אַראָפּ, וועט דער פֿרישער ריח פֿאַרבלײַבן נאָך לענגער. דער ציטרישער זײַערס אינעם זאַפֿט ענדערט ממש דעם וואַסערשטאָף־ניוואָ בײַ אײַך אין מויל, און הרגעט דערבײַ אויס די באַקטעריע, וואָס איז גורם דעם שלעכטן ריח. געדענקט אָבער נאָך אַ פּאָר מינוט אויסצושווענקען דאָס מויל מיט וואַסער, ווײַל אויב דאָס זײַערס פֿון דער לימענע בלײַבט שטעקן אין די צײן, קאָן עס מיט דער צײַט זיי קאַליע מאַכן.
אין די טריקענע ווינטער־טעג, קענט איר דערפֿרישן די לופֿט אין שטוב דורכן אָנזידן אַ קליינעם טאָפּ וואַסער, באַווירצט מיט לימענע־ (און מאַראַנצן־) שאָלעכץ, צימערינג־שטענגלעך און עפּל־שאָלעכץ. ווי נאָר דאָס וואַסער הייבט אָן זידן, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און לאָזט עס מליִען עטלעכע שעה לאַנג.
באַזײַטיקט די פּאַכווע־פֿלעקן אין אײַערע העמדער און בלוזקעס: מישט צונויף 2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט מיט 2 לעפֿל וואַסער, און רײַבט דאָס געמיש אַרײַן אין די פֿלעקן; די פֿלעקן וועלן אַוועק, און דער בגד וועט באַקומען אַ מער אײַנגענעמען ריח.
ווערט פּטור פֿון די שופּן אין קאָפּ דורכן מאַסאַזשירן דעם סקאַלפּ מיט 2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט; דערנאָך שווענקט עס אויס מיט וואַסער. מישט אַרײַן 1 לעפֿעלע לימענע־זאַפֿט אים 1 טעפּל וואַסער און שווענקט די האָר מיט דעם. טוט עס יעדן טאָג ביז די שופּן פֿאַרשווינדן.
ס׳איז געוויינטלעך זייער שווער צו באַזײַטיקן יאַגדע־פֿלעקן פֿון די הענט מיט זייף און וואַסער. בעסער איז אויסצוּוואַשן די הענט מיט לימענע־זאַפֿט. וואַרט עטלעכע מינוט, און וואַשט די הענט מיט וואַרעם, זייפֿיק וואַסער. חזרט עס איבער עטלעכע מאָל ביז די פֿלעקן פֿאַרשווינדן אין גאַנצן.
פֿאַרהיט, אַז אײַערע קאַרטאָפֿל און קאַליפֿיאָר זאָלן נישט ברוין ווערן, דורך אַרײַנקוועטשן דעם זאַפֿט פֿון אַ פֿרישער לימענע אינעם קאָכעדיקן וואַסער.
ווען איר מאַכט אַ טינקעכץ מיט אַוואָקאַדאָ ווי, למשל, גוואַקאַמאָלע, און ווילט נישט, עס זאָל ברוין ווערן, באַשפּריצט עס מיט אַ סך פֿרישן לימענע־זאַפֿט, וועט דער אַוואָקאַדאָ בלײַבן גרין שעהען לאַנג. דאָס זעלבע קענט איר טאָן מיט פֿרוכטסאַלאַט. אויב איר ווילט נישט אַז די צעשניטענע עפּעלעך זאָלן ברוין ווערן, באַשפּריצט זיי מיט לימענע־זאַפֿט.
פֿאַרהיט רײַז פֿון ווערן קלעפּיק: בײַם מאַכן רײַז, גיט צו אַ לעפֿל לימענע־זאַפֿט ווי נאָר דאָס וואַסער הייבט אָן צו זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און דעקט צו דעם טאָפּ. ווען דער רײַז איז גרייט, לאָזט עס זיך אָפּקילן עטלעכע מינוט, איידער איר מישט עס אויס מיט אַ גאָפּל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.