No Place Like Home

אַ לעקציע אין לאָגיק

A Lesson in Logic

  • Print
  • Share Share
Courtesy: Carl Schleicher, “A Jewish Scene” (19th century)

אַ יונגערמאַן קלאַפּט אין דער טיר פֿון אַ גרויסן תּלמוד־חכם.

„רבי, איך וויל זיך לערנען תּלמוד.‟

„איר קענט לשון־קודש?‟

„ניין.‟

„האָט איר אַמאָל געלערנט גמרא?‟

„ניין, אָבער איך האָב פֿאַרענדיקט האַרוואַרד מיט די העכסטע צייכנס אין פֿילאָסאָפֿיע, און באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿון יעל. איך וויל אויסברייטערן מײַן דערציִונג דורכן לערנען אַ ביסל תּלמוד.‟

„איך האָב אַ ספֿק, צי איר זענט טאַקע גרייט, אָבער אויב איר ווילט, וועל איך אײַך פֿאַרהערן אין לאָגיק. אויב איר מאַכט דורך דעם עקזאַמען, וועל איך מיט אײַך לערנען גמרא.‟

„גוט, איך בין טאַקע באַהאַוונט אין לאָגיק.‟

„די ערשטע קשיא איז: צוויי גנבֿים קריכן אַרײַן אין אַ קוימען. איינער קומט אַרויס מיט אַ ריין פּנים, דער צווייטער — מיט אַ שמוציקס. וועלכער גייט זיך אָפּוואַשן?

„דער גנבֿ מיטן שמוציקן פּנים.‟

„ניין, דער מענטש מיטן ריינעם פּנים. ס׳איז פּשוט לאָגיש אַזוי. דער גנבֿ מיטן שמוציקן פּנים קוקט אויפֿן ריינעם גנבֿ, דאַכט זיך אים, אַז זײַן אייגן פּנים איז אויך ריין. דער גנבֿ מיטן ריינעם פּנים קוקט אָן דעם גנבֿ מיטן שמוציקן פּנים און מיינט, אַז זײַן פּנים איז אויך אַזוי שמוציק. גייט דער מיטן ריינעם פּנים זיך אָפּוואַשן.‟

„טאַקע קלוג,‟ זאָגט דער האַרוואַרד־גראַדואַנט. „וואָס איז די צווייטע קשיא?‟

„צוויי גנבֿים קריכן אַרײַן אינעם קוימען. איינער קומט אַרויס מיט אַ ריין פּנים; דער צווייטער — מיט אַ שמוציקס. וועלכער גייט זיך אָפּוואַשן?‟

„איר האָט דאָך ערשט געזאָגט: דער גנבֿ מיטן ריינעם פּנים וואַשט זיך.‟

„ניין! טראַכט זיך אַרײַן אין דער לאָגיק פֿון דער מעשׂה. דער מענטש מיט אַ שמוציק פּנים האַלט, אַז זײַן פּנים איז ריין. דער ריינער האַלט, אַז זײַן פּנים איז שמוציק. וועט דער גנבֿ מיטן ריינעם פּנים זיך אָפּוואַשן. ווען דער שמוציקער זעט ווי דער ריינער וואַשט זיך, וועט ער שוין פֿאַרשטיין, אַז זײַן פּנים איז מסתּמא אויך שמוציק, וועלן זיי זיך ביידע וואַשן.‟

„דאָס איז מיר טאַקע נישט אײַנגעפֿאַלן. גוט, פֿרעגט מיך נאָך אַ קשיא.‟

„צוויי גנבֿים קריכן אַרײַן אין אַ קוימען. איינער קומט אַרויס מיט אַ ריין פּנים; דער צווייטער — מיט אַ שמוציקס. וועלכער וואַשט זיך?‟

„מיר ווייסן שוין, אַז ביידע.‟

„נישט ריכטיק. ביידע וואַשן זיך נישט. טראַכט לאָגיש: דעם מיטן שמוציקן פּנים דאַכט זיך, אַז ער איז ריין; דעם מיטן ריינעם פּנים דאַכט זיך, ער איז שמוציק. אָבער ווען דער ריינער זעט, אַז דער שמוציקער גייט זיך אַפֿילו נישט וואַשן, גייט ער אויך נישט. וואַשן זיי זיך ביידע נישט. נו, זעט איר שוין, איר זענט נישט גרייט צו לערנען גמרא.‟

„כ׳בעט אײַך, שטעלט מיר נאָך איין קשיא.‟

„גוט. צוויי גנבֿים קריכן אַרײַן אין אַ קוימען. איינער קומט אַרויס מיט אַ ריין פּנים, דער צווייטער — מיט אַ שמוציקס. וועלכער וואַשט זיך?‟

„ביידע נישט!‟

„נישט ריכטיק. איצט פֿאַרשטייט איר, אַז האַרוואַרד און יעל האָבן אײַך נישט צוגעגרייט אויף צו לערנען גמרא. זאָגט מיר, ווי אַזוי איז בכלל מעגלעך, אַז צוויי מענער זאָלן אַרײַנקריכן אינעם זעלבן קוימען, אָבער בלויז איינער זאָל אַרויסקריכן מיט אַ שמוציק פּנים?‟

„איך פֿאַרשטיי נישט. איר האָט מיר ערשט געגעבן פֿיר סתּירותדיקע ענטפֿערס אויף דער זעלבער קשיא! דאָס איז דאָך אוממעגלעך.‟

„יאָ, זון מײַנער, ווײַל אַזוי איז טאַקע די גמרא.‟

באַאַרבעט פֿון סאַלוואַדאָר ליטוואַק (Facebook.com/AccidentalTalmudist)