No Place Like Home

10 מיטלען צו פֿאַרלירן וואָג

10 Ways to Beat Obesity

  • Print
  • Share Share
עסט אייער פֿאַר פֿרישטיק, אַנשטאָט בייגל — און אויף אַ בלאָען טעלער

מענטשן טוען הײַנט פֿאַרשידענע זאַכן, כּדי שלאַנקער צו ווערן, אָבער אַפֿילו ווען זיי פֿאַרלירן וואָג, געווינען זיי עס ביסלעכווײַז צוריק. לויט אַן אַרטיקל אינעם זשורנאַל פֿון דער AARP לעצטנס, עצהן די עקספּערטן הײַנט געוויסע זאַכן, וואָס מע האָט פֿריִער נישט געוווּסט.

1. ביז לעצטנס האָט מען געמיינט, למשל, אַז דער בעסטער אופֿן צו פֿאַרלירן וואָג איז עס צו טאָן צו־ביסלעך. אָבער אַ נײַע שטודיע פֿון אויסטראַליע האָט אָנגעוויזן, אַז די מענטשן, וואָס האָבן פּלוצלינג שטאַרק באַגרענעצט זייערע קאַלאָריעס, האָבן גיכער דערגרייכט דעם וואָג וואָס זיי ווילן, און זענען טאַקע געבליבן בײַ דער וואָג. אויב איר ווילט אַליין אויספּרוּוון אַזאַ דיעטע, זאָלט איר זיך אָבער, צו ערשט, באַראַטן מיט אײַער דאָקטער ווײַל אַמאָל, ווען מע שנײַדט צו גיך די צאָל קאַלאָריעס פֿון דער דיעטע, קאָנען זיך אַנטוויקלען גאַלשטיינער.

2. מײַדט אויס די קאָמערציעלע „דיעטעטישע‟ עסנס און טרינקוואַרג, וואָס פֿאַרבײַטן צוקער אויף קינסטלעכן זיסשטאָף ווי סאַכאַרין (באַקאַנט ווי Sweet’N Low) און סוקראָלאָס (Splenda), ווײַל זיי רופֿן אַרויס דווקא אַ גרעסערן אַפּעטיט, און אַ פֿאַרלאַנג נאָך מער צוקער, קאַלאָריעס און קאַרבאָהידראַטן. אויב עס פֿאַרגלוסט זיך אײַך אַ ביסל זיסקייט, ניצט שוין גיכער די נאַטירלעכע זיס־מיטלען ווי האָניק און קליאָן־סירעפּ, אַבי איר כאַפּט נישט איבער די מאָס.

3. „נאַרט אָפּ‟ דעם אַפּעטיט: עסט אײַערע מאָלצײַטן אויף קלענערע טעלער, וועט זיך אײַך אויסדאַכטן, אַז איר עסט מער. לויט אַ שטודיע דורכגעפֿירט דורך קאָרנעל־אוניווערסיטעט, האָט מען באַמערקט, אַז ווען מענטשן עסן פֿון אַ טעלער, וואָס איז בלויז 10 צאָל די גרייס (25 צענטימעטער) אַנשטאָט דער געוויינטלעכער גרייס — 12 צאָל (30 צענטימעטער), נעמט מען אײַן, דורכשניטלעך, 22% ווייניקער קאַלאָריעס.

ס׳איז אויך כּדאַי צו אינוועסטירן אין טעלער, וואָס האָבן אַ בלאָע פֿאַרב: אין אַ שטודיע, געדרוקט אינעם Journal of Consumer Research, האָבן די פֿאָרשער אַנטדעקט, אַז ווען מע עסט פֿון אַ בלאָען טעלער, עסט מען ווייניקער ווי פֿון רויטע אָדער געלע טעלער.

4. עסט פּראָטעיִן פֿאַר פֿרישטיק: לויט אַ שטודיע לעצטנס האָבן די לײַט, וואָס עסן יעדן טאָג אייער בײַם פֿרישטיק, פֿאַרלוירן 65% מער וואָג איידער די וואָס עסן אַ בייגל!

5. די טעמפּעראַטור קאָן אויך באַווירקן אויף אײַער וואָג. לאָזט די שטוב אַ ביסל קילער ווינטערצײַט, און וואַרעמער זומערצײַט, וועט עס צווינגען דעם גוף אָפּצוברענען מער קאַלאָריעס, כּדי צו דערגרייכן די געהעריקע גוף־טעמפּעראַטור. דערצו קריגט איר אַ באָנוס: איר וועט זיך אויך אײַנשפּאָרן אַ פּאָר דאָלער.

6. דעפּרימירטע מענטשן, וואָס האָבן אַ נידעריקן ניוואָ פֿונעם האָרמאָן סעראַטאָנין, האָבן אַ טבֿע צו עסן שפּײַז מיט אַ סך קאַרבאָהידראַטן (זיסוואַרג, לאָקשן, קאַרטאָפֿל און רײַז) — ווײַל עס דאַכט זיך זיי, אַז אַזוינע שפּײַזן שאַפֿט בײַ זיי אַ בעסערע שטימונג. איר קענט קריגן דעם זעלבן עפֿעקט דורך עסן אַ קליינע פּאָרציע לאָקשן. אויב אָבער איר פֿילט זיך טרויעריק די גאַנצע צײַט, באַראַט זיך מיט אַ דאָקטער אָדער פּסיכיאַטער.

7. חבֿרט זיך מיט דאַרע מענטשן: אַ שטודיע אינעם New England Journal of Medicine האָט באַוויזן, אַז ווען איינער לייגט אָן וואָג, זענען זײַנע פֿרײַנד אויך גענייגט דאָס צו טאָן, און דאָס פֿאַרקערטע איז אויך אמת; מיט אַנדערע ווערטער, אויב איר ווילט שלאַנקער ווערן — גייט אַרויס מיט אײַערע שלאַנקערע פֿרײַנד.

8. אַנטיביאָטיקן קאָנען ממש ראַטעווען אַ לעבן, אָבער נעמט זיי נישט אײַן צו אָפֿט, בפֿרט אויב ס׳איז נישט נייטיק. די מעדיקאַמענטן ווירקן שלעכט אויף די מיקראָבן אין מאָגן, און קאָנען דערפֿירן צום ווערן פֿעטער.

9. אויב איר לייגט אָן וואָג, אָבער ס׳איז נישט קלאָר פֿאַר וואָס, קאָן עס זײַן צוליב אַ פֿעלער אין די שילדדריזן, וואָס מאַכט דעם מעטאַבאָליזם פּאַמעלעכער, און ווי אַ פּועל־יוצא ווערט מען פֿעטער. די גוטע נײַעס איז, אַז עס זענען דאָ מעדיקאַמענטן, וואָס קענען פֿאַרריכטן דעם פֿעלער.

10. אַ טייל מענטשן זענען אונטערן אײַנדרוק, אַז דאָס פֿעט ווערן איז אַ רעזולטאַט פֿון נישט מאַכן גענוג פֿיזישע געניטונגען, אָבער אַ וואַקסנדיקע צאָל וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס האָבן שוין באַוויזן, אַז דאָס מאַכן געניטונגען — כאָטש ס׳איז גוט צום האַרץ און צום געמיט — העלפֿט בכלל נישט צו ווערן שלאַנקער. נאָכן שטודירן די סטאַטיסטיק פֿון מיליאָנען אַמעריקאַנער דערוואַקסענע, וואָס מאַכן רעגלמעסיק פֿיזישע געניטונגען, האָבן די פֿאָרשער אַנטדעקט, אַז דאָס מאַכן מער געניטונגען האָט דווקא געהעכערט די מעגלעכקייט פֿון פֿעט ווערן! זייער השערה איז, אַז נאָך דעם ווי מענטשן מאַכן געניטונגען, „דערלויבן‟ זיי זיך צו עסן אַ מאָלצײַט מיט אַ סך קאַלאָריעס.

מיט אַנדערע ווערטער, אויב איר ווילט טאַקע פֿאַרלירן וואָג, איז דער איינציקער אופֿן — עסט ווייניקער!