די ערשטע שעה פֿונעם אַרבעטטאָג קאָנען שטאַרק ווירקן אויף אײַער פּראָדוקטיווקייט נאָך מיטאָג. אָט זענען עטלעכע עצות ווי אײַנצופֿירן אַ פֿרימאָרגנדיקן רוטין, וואָס העלפֿט אײַך דערגרייכן אײַערע צילן בײַ דער אַרבעט.
אויב איר קומט אָפֿט שפּעט, וועט עס נישט בלויז מאַכן אַ שלעכטן אײַנדרוק אויפֿן באַלעבאָס און אײַערע מיטאַרבעטער, נאָר עס וועט אויך שטערן אײַער אייגענער פֿעיִקייט צו אַרבעטן.
אַ סך מענטשן קומען אַרײַן אין ביוראָ נאָך אַן אָנגעשטרענגט שטופּעניש אין דער באַן אָדער אַ גרויסן פֿאַרקער, פֿאָרנדיק אויפֿן שאָסיי. אַנשטאָט זיך גלײַך אַרײַנצולאָזן אין דער אַרבעט, זעצט זיך אַוועק, פֿאַרמאַכט די אויגן אָטעמט אײַן טיף עטלעכע מאָל און שטעלט זיך פֿאָר אַ רויִקע סצענע אָדער אַפֿילו אַ „ליידיקן לײַוונט‟ אָן שום געדאַנקען.
דער ערשטער מאָלצײַט פֿון טאָג העלפֿט אונדז סײַ מיטן פֿיזישן געזונט, סײַ דורך געבן אונדז די אינטעלעקטועלע ענערגיע צו לייזן די פֿאַרשידענע פּראָבלעמען במשך פֿונעם טאָג.
זײַט באַוווּסטזיניק פֿון אײַער שטימונג, ווײַל דאָס קאָן זיכער משפּיע זײַן אויף אַנדערע מענטשן. אויב עס נעמט אײַך בטבֿע אַ לאַנגע צײַט זיך אויסצוטשוכען פֿונעם שלאָף, טוט זיך אָן אַ כּוח און קומט אַרײַן אין ביוראָ מיט אַ שמייכל. אויב נייטיק, טרינקט אויס אַ צווייט אָדער דריט טעפּל קאַווע. אַ מענטש מיט אַ „זויערן‟ צוגאַנג קאָן אָנשטעקן די גאַנצע מאַנשאַפֿט, און אַרײַנטאָן יעדן אין אַ נישט־אײַנגענעמער שטימונג — בפֿרט אויב ער איז אַן אויפֿזעער איבער אַנדערע.
מײַקל קער, אַן עקספּערט אין מענטשלעכע באַציִונגען בײַ דער אַרבעט, זאָגט, אַז איינע פֿון די פֿאַרשפּרייטסטע טענות, וואָס ער הערט פֿון די אַרבעטער איז, ווי אַ מיטאַרבעטער אָדער דער באַלעבאָס גיט זיי אַפֿילו נישט אָפּ קיין גוט־מאָרגן, ווען ער קומט אַרײַן אין דער פֿרי. „ס׳איז זייער וויכטיק צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט די מיטגלידער פֿון אײַער קאָמאַנדע, אַפֿילו אויב איר זענט נאָך אַ ביסל פֿאַרשלאָפֿן: קוקט זיי אין די אויגן; גיט אַ שמייכל; פֿרעגט זיי, צי איר קענט זיי מיט עפּעס העלפֿן. דאָס וועט זיכער שאַפֿן אַ פּאָזיטיוון טאָן אין ביוראָ.‟
רייניקט אָפּ דעם שרײַבטיש און מאַכט אַ ציכטיקן אַרבעט־אָרט, וועט איר באַקומען אַ געפֿיל פֿון אָרדענונג, שרײַבט אַלעקסאַנדראַ לעוויט, וועלכע עצהט מענטשן ווי מצליח צו זײַן אין זייער קאַריערע. „אויב אײַער באַלעבאָס אָדער מיטאַרבעטער האָט איבערגעלאָזט אַ קלעפּצעטל (sticky note, בלע״ז) וועגן אַ וויכטיקער זיצונג, וואָס וועט פֿאָרקומען אין 10 מינוט אַרום, אָבער איר זעט עס נישט, ווײַל עס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ בערגל פּאַפּירן, וועט איר אפֿשר פֿאַרפֿעלן אַ וויכטיקע געלעגנהייט,‟ זאָגט לעוויט. דאָס בעסטע איז אויפֿצוראַמען אַ נאַכט פֿריִער, אָבער אַפֿילו אויב נישט, רייניקט אָפּ דעם שרײַבטיש אין דער פֿרי, נאָך איידער איר עפֿנט אײַער בליצפּאָסט אָדער פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיט אײַערע מיטאַרבעטער. 6. פּרוּווט אויסמײַדן אײַער בליצפּאָסט:
דאָס איז זייער אַ שווערע זאַך פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן, אָבער פֿאָרט וויכטיק. עפֿנט בלויז די בריוולעך וואָס זענען דרינגענדיק, און לאָזט די אַנדערע בריוולעך אויף שפּעטער. פֿאַר וואָס? „בליצפּאָסט און גיין אויף דער אינטערנעץ נעמען צו אַ סך צײַט, בפֿרט אין דער פֿרי,‟ זאָגט מײַקל קער. „באַלד ווי איר הייבט אָן לייענען די בליצבריוו, וועט איר שוין אויך קוקן אויף אַ קאָמישן ווידעאָ וואָס עמעצער האָט אײַך איבערגעשיקט; קאָנטראָלירן די רעזולטאַטן פֿון ספּאָרטמאַטשן; די קעפּלעך אין די צײַטונגען, די בערזע, אאַז״וו, און איידער וואָס און איידער ווען, האָט איר שוין געקוקט ווי אַ קאַץ שפּילט די פּויק, און אײַער גאַנצער טאָגפּלאַן הינקט שוין אונטער, נאָך איידער איר האָט אָנגעהויבן צו אַרבעטן.‟
ס׳איז אמת, אַז דער אָפֿיס־טעלעפֿאָן ווערט אַלץ מער אַלט־פֿרענקיש, אין אַ צײַט ווען מענטשן ניצן אַ סך אָפֿטער די מאָבילקע אָדער בליצפּאָסט, אָבער געוויסע מענטשן לאָזן פֿאָרט איבער אָנזאָגן אויפֿן ביוראָ־טעלעפֿאָן, און אויב איר איגנאָרירט זיי, קאָנט איר פֿאַרפֿעלן אַ וויכטיקע זאַך. 8. פֿאַרגעסט נישט דעם איבעררײַס:
בערך צוויי שעה נאָך דעם ווי איר זענט אָנגעקומען, נעמט אַן איבעררײַס, און נאָך בעסער — גייט אויף אַ קליינעם שפּאַציר. אַזוי וועט איר קענען אויפֿפֿרישן די כּוחות אַ ביסל און ווײַטער אַרבעטן אויף אַ הויכן ניוואָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.