אַ סך מענטשן זענען אונטערן אײַנדרוק, אַז דאָס זײַן באַליבט בײַ מענטשן איז אַן אײַנגעבוירענע זאַך, און בלויז די וואָס זענען פֿיזיש שיין, געזעלשאַפֿטלעך און טאַלאַנטירט האָבן אַזאַ זכות.
אין אַ שטודיע דורכגעפֿירט פֿונעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט מען אַנטדעקט, אַז ס׳איז דווקא נישט אַזוי. ווען מע האָט אויסגערעכנט מער ווי 500 שטריכן, און געפֿרעגט די באַטייליקטע, וועלכע שטריכן רופֿן בײַ זיי אַרויס סימפּאַטיע, זענען די פּאָפּולערסטע שטריכן נישט געווען „געזעלשאַפֿטלעך‟, „אינטעליגענט‟ אָדער „שיין‟, נאָר גאָר אַנדערע: „ערלעך‟, „אָפֿנהאַרציק‟ און „האָט מיטגעפֿיל צו אַנדערע מענטשן‟.
ווי אַ רעזולטאַט האָט דער געשעפֿט־זשורנאַל Forbes לעצטנס אַליין אויסגעפֿאָרשט דעם ענין און אַנטדעקט 13 שטריכן, וואָס קאָנען העלפֿן מענטשן צו ווערן מער באַליבט, סײַ בײַ זייערע מיטאַרבעטער, סײַ בײַ זייערע קרובֿים און פֿרײַנד:
1) הערט זיך צו צו וואָס אַנדערע מענטשן זאָגן: דער גרעסטער טעות וואָס מענטשן מאַכן איז, אַז ווען זיי פֿירן אַ שמועס מיט אַ צווייטן, קאָנצענטרירן זיי זיך אַזוי פֿיל אויף דעם וואָס זיי וועלן באַלד זאָגן, אַז זיי הערן בכלל נישט, וואָס דער צווייטער זאָגט. און דער צווייטער קען דאָס גלײַך באַמערקן.
אַ פּשוטער אופֿן אויסצומײַדן דעם פֿעלער איז פּשוט צו שטעלן פֿראַגעס דעם צווייטן מענטשן. יעדער האָט ליב, ווען מע הערט זיך צו זיי צו, ווײַל עס ווײַזט, אַז איר האָט טאַקע אַן אינטערעס צו זיי. איר וועט נישט גלייבן, וויפֿל דרך־ארץ מע וועט פֿאַר אײַך האָבן בלויז ווען איר שטעלט זיי פֿראַגעס.
2) שליסט אויס די מאָבילקע: אויב איר וועט אין מיטן שמועס אָנשרײַבן אַ טעקסטל אויף אײַער טעלעפֿאָן אָדער אַפֿילו בלויז כאַפּן אַ בליק אויף אים, וועט עס אַרויסרופֿן אַנטוישונג בײַם צווייטן. קאָנצענטרירט אײַער גאַנצע ענערגיע אויפֿן שמועס. דערצו וועט די קאָנווערסאַציע אײַך נאָך מער פֿאַראינטערעסירן, אויב איר הערט זיך צו מיט ביידע אויערן.
3) זײַט אָרנטלעך מיט אײַערע געפֿילן. מענטשן וועלן נאַטירלעך ווערן צוגעצויגן צו די מענטשן, וואָס דריקן אויס זייערע מיינונגען, ווײַל זיי דערפֿילן, אַז מע קען האָבן צוטרוי צו זיי. און פֿאַרקערט — אויב איר זאָגט בלויז דאָס וואָס איר מיינט, אַז דער צווייטער וויל הערן, וועט עס אויסזען פֿאַלש.
4) מישפּט נישט מענטשן, וואָס האָבן אַן אַנדער מיינונג ווי אײַערע. אויב איר ווילט, אַז מע זאָל אײַך ליב האָבן, דאַרפֿט איר ווײַזן, אַז איר זענט גרייט אויסצוהערן אַ צווייטן קוקווינקל. דאָס מיינט נישט, אַז איר דאַרפֿט מסכּים זײַן מיט זיי; אָבער בלויז אַז איר קענט זען די וועלט דורך די אויגן פֿון אַ צווייטן.
5) איר דאַרפֿט נישט זײַן דער צענטער. מענטשן מײַדן אויס יענע, וואָס זוכן תּמיד אויפֿמערק בײַ אַנדערע. ס׳איז גענוג צו געבן אַ וואַרעמען שמייכל. ווען איר רעדט אויף אַ פֿרײַנדלעכן אופֿן, און נישט צו פֿיל, וועלן מענטשן זיך גיכער צוהערן צו אײַך, איידער ווען איר פּרוּווט זיי ווײַזן, אַז איר זענט אַ „גרויסער קנאַקער‟. אויף אַ זיצונג בײַ דער אַרבעט, למשל, אויב דער באַלעבאָס באַדאַנקט אײַך פֿאַר אײַערס אַן אויפֿטו, באַדאַנקט אַליין אַלע מענטשן, וואָס האָבן אײַך געהאָלפֿן צו דערגרייכן דעם ציל. ווען איר שאַצט אָפּ די הילף פֿון אײַערע מיטאַרבעטער, וועט עס זיי ווײַזן, אַז איר זענט דאַנקבאַר און באַשיידן — צוויי שטריכן וואָס מענטשן שאַצן טאַקע אָפּ.
6) זײַט אויסגעהאַלטן. מענטשן ווילן וויסן, אַז זיי קענען זיך פֿאַרלאָזן אויף אײַך, און אַז אײַערע שטימונגען וועלן נישט באַווירקן ווי אַזוי איר באַהאַנדלט זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.