מע הערט כּסדר, אַז פֿרישע פּראָדוקטן זענען געזינטער ווי דאָס עסן פֿון אַ פּושקע, אָבער ווען עס רעדט זיך וועגן טונפֿיש, לאַקס און סאַרדינען, איז עס נישט אַזוי, האָט לעצטנס איבערגעגעבן אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.
לויט דעם אַמעריקאַנער דעפּאַרטאַמענט פֿון אַגריקולטור, האָבן סײַ די פֿרישע פֿיש, סײַ די פֿיש פֿון אַ פּושקע, געוויסע מעלות און חסרונות. קאָנסערווירטע פֿיש פֿון אַ פּושקע איז געוויינטלעך ביליקער ווי פֿרישע פֿיש, איז גרינגער צו ניצן, און קען שטיין מער ווי אַ יאָר לאַנג אויף דער פּאָליצע. פֿון דער אַנדערער זײַט, געפֿינט זיך אין אים מער נאַטריום ווי אין די פֿרישע פֿיש, און אַ סך מענטשן האַלטן, אַז די פֿרישע פֿיש זענען געשמאַקער.
אָבער פֿיש פֿון אַ פּושקע האָבן אויך בפֿירושע מעלות. מע כאַפּט זיי געוויינטלעך „ווילדערהייט‟, בעת די פֿרישע פֿיש האָדעוועט מען אויס אין ספּעציעלע „פֿאַרמען‟, וווּ — לויט אַ טייל קריטיקער — איז דער פּראָצענט פֿון פֿאַרפּעסטיקונג גאַנץ הויך. דערצו קריגט מען פֿון געוויסע סאָרטן פֿיש, ווי סאַרדינען, מער קאַלציום, ווײַל די קאַלציום־רײַכע ביינדעלעך ווערן ווייכער דורכן פּראָצעסירן זיי, איז די פֿיש גרינגער צו עסן. די ביינער בײַ פֿרישע פֿיש קען מען, אַוודאי, נישט עסן.
וואָס שייך דעם ניוואָ פֿון קוועקזילבער אין פֿיש — אַ זאָרג בפֿרט בײַ טראָגעדיקע פֿרויען — געפֿינט זיך מסתּמא ווייניקער קוועקזילבער אין דער פּושקע־פֿיש ווי אין די פֿרישע פֿיש, ווײַל די קליינע פֿישעלעך אין דער פּושקע אַנטהאַלטן במילא ווייניקער קוועקזילבער צוליב זייער גרייס, דערקלערט אַליס ליכטענשטיין, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון נערונג־וויסנשאַפֿט און פּאָליטיק בײַם טאָפֿטס־אוניווערסיטעט.
קונים וואָס קויפֿן פֿיש פֿון אַ פּושקע, קלײַבן געוויינטלעך אויס דעם פֿיש אין וואַסער אַנשטאָט אין בוימל, ווײַל דער פֿיש אין וואַסער באַשטייט פֿון ווייניקער קאַלאָריעס ווי פֿיש אין בוימל. אָבער קריסטין קירקפּאַטריק, אַ רעגיסטרירטע דיעטעטיקערין, טענהט, אַז דער בוימל העלפֿט דווקא אויפֿצוהאַלטן אין אײַער גוף מער אָמעגאַ־3 זײַערס, וואָס איז פֿאַררעכנט פֿאַר אַ געראָטענעם „מוח־שפּײַז‟.
„ס׳איז וויכטיק אײַנצונעמען יעדן טאָג אָמעגאַ־3, און איינער פֿון די גרינגסטע און ביליקסטע אופֿנים דאָס צו טאָן איז צו עסן קאָנסערווירטע פֿיש פֿון דער פּושקע,‟ האָט קירקפּאַטריק באַטאָנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.