דורך אַ שטודיע פֿון מער ווי 5,000 קינדער, האָט אַ גרופּע אויסטראַלישע פֿאָרשער אַנטדעקט, אַז דאָס האָבן אַ קינד דורך אַ קייזערשניט איז נישט פֿאַרבונדן מיט אַ העכערער ריזיקע פֿון געזונט־פּראָבלעמען אין די קינדער־יאָרן.
ביז איצט האָבן געוויסע פֿאָרשער זיך משער געווען, אַז אַ מאַמעס קײזערשניט קאָן גורם זײַן איבערוואָגיקע קינדער, ווײַל צווישן יענע קינדער, וואָס מע האָט אָפּגענומען דורך אַ קײזערשניט, איז טאַקע דאָ אַ גרעסערער פּראָצענט פֿעטע קינדער. די איצטיקע שטודיע איז אָבער געקומען צום אויספֿיר, אַז די סיבה פֿאַרן קינדס פֿעטקייט איז גיכער פֿאַרבונדן מיט דעם וואָס די מאַמע איז אויך אַ פֿעטע.
„די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע וועלן, האָפֿנטלעך, באַרויִקן די מאַמעס, וואָס מע האָט בײַ זיי געמאַכט אַ קײזערשניט, ווי אויך זייערע דאָקטוירים,‟ האָט באַמערקט די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע, עליזאַבעט וועסטראָפּ, פֿון דער קראַנקן־שוועסטער שול אין „לאַ טראָב־אוניווערסיטעט‟, אין מעבלורן.
דער באַריכט איז פּובליקירט געוואָרן דעם 12טן אָקטאָבער, אויף דער וועבזײַט פֿונעם זשורנאַל Pediatrics.
ביז איצט האָבן געוויסע פֿאָרשער זיך משער געווען, אַז אַ קײזערשניט קאָן גורם זײַן אַסטמע און איבערוואָגיקייט בײַ קינדער, אָבער די איצטיקע שטודיע האָט געזאָגט, אַז דאָס איז פּשוט נישט אמת. „פֿאַרקערט, קינדער אָפּגענומען דורך אַ קײזערשניט, זענען געזינטער ווי אַנדערע קינדער צו 2־3 יאָר, און האָבן בעסערע געזעלשאַפֿטלעכע פֿעיִקייטן צו 6 אָדער 7 יאָר,‟ האָבן די פֿאָרשער דערקלערט.
„אַוודאי, איז בעסער נישט צו מאַכן קיין קײזערשניט, סײַדן ס׳איז דאָ אַ מעדיצינישע סיבה דערפֿאַר,‟ האָט באַמערקט ד״ר אַראָן קאָהי, הויפּט־פּראָפֿעסאָר פֿונעם אָפּטייל פֿון אָבסטעטריק און גינעקאָלאָגיע אינעם „אָרעגאַנער געזונט־און־וויסנשאַפֿט אוניווערסיטעט‟ אין פּאָרטלאַנד. „אָבער אויב אַ פֿרוי באַקומט יאָ אַ קײזערשניט, דאַרף זי זיך נישט זאָרגן, אַז איר קינד וועט לײַדן דערפֿון.‟
הגם דער קײזערשניט וועט מסתּמא נישט שאַטן דעם קינד, קאָן עס אָבער יאָ שאַפֿן פּראָבלעמען פֿאַר דער מאַמען, האָט קאָהי געזאָגט. „אַפֿילו איין לעכל, געמאַכט אין אַ מענטשנס גוף, קאָן גורם זײַן שלעכטע רעזולטאַטן.‟ עטלעכע מעגלעכע סכּנות פֿאַר דער מאַמען: די שעדיקונג פֿון אירע אָרגאַנען; צו פֿיל בלוטיקן, אָדער אַן אינפֿעקציע. דערצו לײַדן די פֿרויען, וואָס האָבן דורכגעמאַכט אַ קײזערשניט, אַ סך מער ווייטיק ווי אַנדערע קימפּעטאָרינס.
געוויינטלעך, וועט אַן אַקושערקע באַשליסן צי מע דאַרף מאַכן אַ קײזערשניט, אויב די מאַמע האָט שוין פֿריִער געהאַט אַזוינס; אָדער אויב דאָס קינד געפֿינט זיך אין דער נישט־ריכטיקער פּאָזיציע אין דער מוטערס טראַכט; אָדער עס זענען דאָ געוויסע פּראָבלעמען מיטן קינדס האַרץ־פֿונקציעס.
דאָך, האַלט קאָהי, אַז צו פֿיל עופֿעלעך ווערן הײַנט אָפּגענומען דורך אַ קײזערשניט, און דער „אַמעריקאַנער קאָנגרעס פֿון אַקושערקעס און גינעקאָלאָגן‟ פֿירט טאַקע איצט דורך אַ קאַמפּאַניע צו פֿאַרקלענערן די צאָל קײזערשניטן אין לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.