קינדער אונטער 10 יאָר פֿאַרשטייען אָפֿט נישט די ווערט פֿון געלט, אָבער אויב מע פֿאַרבינדט עס מיטן דורכפֿירן פֿאַרשידענע מינים הויז־אַרבעט, וועט עס בײַ זיי שוין יאָ האָבן אַ באַטײַט.
מאַכט אַ גרויסע דיאַגראַם, וואָס רעכנט אויס אַלע אַרבעטן אין הויז, וואָס די קינדער קענען דורכפֿירן. אָט זענען אַ צאָל מעגלעכקייטן:
נעם אַראָפּ דאָס שמוציקע געפֿעס פֿון טיש
וויש אָפּ דעם טיש
ליידיק אויס דעם כּלים־וואַשער
טראָג אַרויס דאָס מיסט אין דרויסן
קער אויס מיט אַ בעזעם די פּאָדלאָגע אין קיך
וואַש די אָפּגאָסן
קלײַב איבער די שמוציקע וועש
לייג אַלע זאַכן אין שפּילצימער אויפֿן ריכטיקן אָרט
ווי אַזוי מאַכט מען אַזאַ דיאַגראַם? נעמט אַ טוץ פֿאַרב־קאַרטלעך פֿון אַ פֿאַרב־געשעפֿט, און קלעפּט זיי אויף אויף אַ גרויסן שטיק האַרט פּאַפּיר.
ניצנדיק אַ מאַרקירער, וואָס מע קען זײַנע שרײַבעכצן אָפּמעקן (dry erase markers), שרײַבט אויף יעדן פֿאַרב־קאַרטל אַן אַנדער מין שטוב־אַרבעט.
גיט יעדן קינד אין דער משפּחה אַ פּעקל קלעפּעוודיקע שטערנדלעך (אָדער אַן אַנדער בילדעלע) אין „זײַן‟ קאָליר. למשל, משהלע באַקומט גאָלדענע שטערנדלעך; שושנה — זילבערנע, און איציק — בלויע.
יעדעס מאָל, וואָס איינס פֿון די קינדער טוט איינע פֿון די פֿליכטן, זאָל ער צוקלעפּן אַ שטערנדל אויפֿן קאַרטל, וווּ עס שטייט אָנגעשריבן יענע פֿליכט. דערקלערט די קינדער, אַז יעדעס שטערנדל האָט אַ ווערט פֿון אַ ניקל. בײַם סוף פֿון דער וואָך, מאַכט דעם חשבון פֿון די שטערנדלעך פֿון יעדן קינד, און גיט אים דאָס געלט, וואָס ער האָט פֿאַרדינט.
גענומען פֿון kidsactivitiesblog.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.