ווי אַמעריקאַנער, שאַצן מיר הויך אָפּ דאָס קאָנען זײַן אומאָפּהענגיק — דאָס וווינען אַליין, דאָס קאָנען זיך אַליין אַן עצה געבן מיט די טאָג־טעגלעכע ענינים.
טאַקע דערפֿאַר באַשליסן אַ סך עלטערע לײַט צו וווינען אין זייער אייגענער שטוב, אַנשטאָט זיך אַריבערצוציִען אין אַ וווין־אָרט מיט געהילף־באַדינונג. ס׳דאַכט זיך, אַז ווען מע בלײַבט אינעם זעלבן הויז, וווּ מע קען יעדעס ווינקעלע, וווּ מע וווינט שוין צענדליקער יאָרן לאַנג, דערצויגן אַ משפּחה, געהאַט גוטע פֿרײַנד און שכנים, איז פּסיכאָלאָגיש געזינטער ווי צו גיין וווינען אויף דער עלטער אין אַ נײַ אָרט.
די פּראָבלעם איז אָבער, אַז אַ סך עלטערע לײַט, וואָס וווינען ווײַטער בײַ זיך אין שטוב, גייען זעלטן אַרויס און האָבן ווייניק קאָנטאַקט מיט דער דרויסנדיקער וועלט. לויט אַ באַריכט לעצטנס אינעם זשורנאַל JAMA Internal Medicine, גייען כּמעט 2 מיליאָן מענטשן עלטער פֿון 65 יאָר — כּמעט 6% אַמעריקאַנער — זעלטן אָדער קיין מאָל נישט אַרויס פֿון שטוב.
די פֿאַרשפּאַרטע עלטערע לײַט זענען געוויינטלעך פֿרויען, אָרעם, און רעדן שוואַך ענגליש, גיט איבער ד״ר קאַטערין אָרנשטיין, אַן עפּידעמיאָלאָגין אינעם „מאַונט סײַנײַ‟ שפּיטאָל אין מאַנהעטן, און די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע. זיי זענען אויך גאַנץ קראַנק. 80% זענען צום טייל אָדער אין גאַנצן עובֿר־בטל. צווישן אַ פֿערטל און אַ דריטל פֿון די, וועלכע גייען אַרויס בלויז פֿון צײַט צו צײַט, לײַדן פֿון דעפּרעסיע, און בײַ די וואָס גייען קיין מאָל נישט אַרויס, זענען כּמעט 60% דעפּרעמירט. די פֿאָרשער זענען דערווײַל נישט זיכער, צי די מענטשן גייען זעלטן אַרויס, ווײַל זיי זענען דעפּרעמירט, אָדער זענען זיי דעפּרעמירט, ווײַל זיי זיצן אין דער היים אַ גאַנצן טאָג.
אין אַן אַרטיקל וועגן דער שטודיע, געדרוקט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, דערציילט ד״ר אָרנשטיין, אַז איר אייגענער 79־יאָריקער טאַטע אין קווינס, למשל, וווינט אַליין און האָט שוועריקייטן בײַם גיין, צוליב עטלעכע מוח־אַטאַקן. ער וואָלט גרינג געקענט ווערן פֿאַרשפּאַרט אין שטוב, אָבער זי דערלאָזט עס נישט. „מײַן טאַטע האָט צוויי איבערגעגעבענע אויפֿפּאַסער, וואָס נעמען אים יעדן טאָג אַרויס אין דרויסן: אין פּאַרק, אין שיל און אין ביבליאָטעק,‟ האָט זי געזאָגט. „ער האָט ליב זיך צו זען מיט מענטשן, אָדער אַפֿילו בלויז זיך צוקוקן צו די קינדערלעך אין שפּילפּלאַץ.‟
עדוואַרד סעדלאַסעק, פֿון דער צווייטער זײַט, האָט במשך פֿון די לעצטע דרײַ חדשים בכלל נישט פֿאַרלאָזט זײַן שטוב. ער איז 87 יאָר אַלט, האָט שוועריקייטן בײַם שטיין און גיין, אָבער דער גרעסטער חסרון איז, אַז ער וווינט אין אַ בנין, וואָס האָט נישט קיין ליפֿט, און ס׳איז שווער צו גיין מיט די 16 טרעפּ ביז זײַן שטוב. ווען ער וואָלט געוווינט אין אַ בנין מיט אַ ליפֿט, און געניצט אַ מאָטאָריזירטע רעדלשטול, וואָלט ער ווײַטער געקאָנט זיך טרעפֿן מיט פֿרײַנד אין אַן אָרטיקן טאָג־צענטער פֿאַר עלטערע לײַט.
לויט אַ שטודיע, דורכגעפֿירט פֿאַראַיאָרן פֿונעם מישיגענער אוניווערסיטעט, פֿאַרברענגען די אײַנוווינער פֿון הײַזער מיט געהילף־באַדינונג מער צײַט אין דרויסן ווי די וואָס וווינען אין זייער אייגענעם הויז. מיט אַנדערע ווערטער, דאָס זײַן פֿאַרשפּאַרט אין דער היים איז נישט געווען קיין אָפֿשפּיגלונג פֿון דעם, ווי קראַנק אָדער שוואַך מע איז, אָבער פֿונעם אָרט, וווּ מע וווינט. אין די ספּעציעלע הײַזער פֿאַר עלטערע לײַט, באַזאָרגט מען די אײַנוווינער מיט טראַנספּאָרטאַציע־מיטלען, אַז זיי זאָלן קענען רעגלמעסיק אַרויספֿאָרן אויף עקסקורסיעס — אין טעאַטער, אויף קאָנצערטן, אָדער אַפֿילו בלויז אין סופּערמאַרק.
דערצו זענען געוויסע ראַיאָנען אין לאַנד בעסער צוגעפּאַסט פֿאַר עלטערע לײַט ווי אַנדערע. אין די צפֿון־מיזרחדיקע שטאַטן פֿון אַמעריקע, למשל, באַשטייען 40% פֿון די הײַזער פֿון עטלעכע שטאָק (מיט אַנדערע ווערטער — אַ סך טרעפּ) און האָבן בכלל נישט קיין שלאָפֿצימער אָדער וואַשצימער אויפֿן ערשטן שטאָק. אין די דרום־שטאַטן, באַשטייען מער ווי 80% פֿון די הײַזער פֿון בלויז איין שטאָק (ranch houses, בלע״ז).
נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ עלטערע לײַט ווילן בלײַבן אין זייער אייגן הויז, וואָלט אפֿשר פֿאָרט געווען בעסער, ווען זיי ציִען זיך אַרײַן אין אַן אָרט, וווּ זיי האָבן טאָג־טעגלעכע באַדינונג און געזעלשאַפֿט.
„אונדזערע קליִענטן, וואָס וווינען ווײַטער אין דער היים, האָבן פּשוט נישט גענוג הילף,‟ האָט דערקלערט איימי מאָרי פֿונעם Carter Burde Center for the Aging אין ניו־יאָרק. „אָבער ווען מיר לייגן זיי פֿאָר אַנדערע וווין־ברירות, ווילן זיי נישט הערן דערפֿון. זיי דאַכט זיך, אַז צוליב דעם וואָס זיי וווינען אין זייער אייגן הויז, האָבן זיי אַ געוויסן קאָנטראָל,‟ האָט מאָרי געזאָגט. „ס׳איז אָבער בלויז אַן אילוזיע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.