1. וועל איך ווערן דעהידרירט (אויסגעטריקנט), אויב איך טרינק קאַווע?
אַ נעכטיקער טאָג, זאָגן די עקספּערטן. ווען אַ גרופּע בריטישע וויסנשאַפֿטלער האָט אָבסערווירט דעם פּראָצענט גיסיקייט אין גוף בײַ 50 מענער, איז נישט געווען קיין שום אונטערשייד צווישן די מאַנסבילן, וואָס האָבן געטרונקען קאַווע, ווען זיי זענען געווען דאָרשטיק, און די וואָס האָבן געטרונקען וואַסער.
„ס׳איז אמת, אַז ווען מע טרינקט קאַווע, דאַרף מען אָפֿטער אורינירן, אָבער דאָס איז נישט אַזוי וויכטיק ווי מיר האָבן אַמאָל געמיינט,‟ האָט דערקלערט האַל סאַפּערשטיין, אַ נערונג־ספּעציאַליסטין. פֿון דעסטוועגן, זאָגט זי, אויב מע טרינקט צו פֿיל קאַווע, קען עס מאַכן מער נערוועז, איז וואַסער פֿאָרט דער בעסטער אופֿן צו שטילן דעם דורשט. די עצה: טרינקט קאַווע אין דער פֿרי, און וואַסער במשך פֿונעם טאָג.
2. וועט קאַווע מיר העלפֿן פֿאַרלירן וואָג?
קאַווע, וואָס איז, אין תּוך, אַ סטימולאַנט, איז אַ פֿאַרשפּרייטער באַשטאַנדטייל פֿון פּילן, וואָס העלפֿן פֿאַרלירן וואָג. פֿון דעסטוועגן, איז נישט קלאָר, צי טרינקען קאַווע וועט העלפֿן דאַרער צו ווערן, זאָגט סאַפּערשטיין. דערצו טרינקען מענטשן אָפֿט מאָל קאַווע מיט פֿולער מילך און צוקער, וואָס זענען פֿול מיט קאַלאָריעס. די עצה: ניצט בלויז אָפּגעשעפּטע מילך מיט קאַווע, און ווייניק צוקער, אָדער בלויז דעם קינסטלעכן זיסשטאָף, ווי Splenda אָדער Equal.
3. איז פֿאַראַן אַ פֿאַרבינדונג צווישן קאַווע און ראַק?
ווען ראַק־פּאַציענטן טרעפֿן זיך מיט לינדזי מאַלאָן, אַ נערונג־ספּעציאַליסטין אינעם „קליוולאַנד־קליניק‟, זאָגן ס׳רובֿ פֿון זיי, אַז זיי האָבן אויפֿגעהערט צו טרינקען קאַווע, ווײַל זיי האָבן געהערט, אַז סע שאַט דעם געזונט. קאַווע איז אָבער איינע פֿון די זאַכן, וואָס קאָנען דווקא פֿאַרהיטן פֿון אַ ראַק צוליב איר הויכן פּראָצענט אַנטיאָקסידאַנטן. „ראַק אַנטוויקלט זיך, געוויינטלעך, צוליב אַ היזק אין דער ׳די־ען־איי׳,‟ האָט מאַלאָן דערקלערט. „די אַנטיאָקסידאַנטן אין קאַווע באַשיצן די קעמערלעך און העלפֿן זיי בלײַבן געזונט. ווען עפּעס שאַט דער ׳די־ען־איי׳ — למשל, אויב אַ מענטש אָטעמט יעדן טאָג אײַן פּאַפּיראָסן־רויך אָדער פֿאַרפּעסטיקטע לופֿט — קענען די אַנטיאָקסידאַנטן דווקא העלפֿן צו פֿאַרריכטן דעם שאָדן אין די קעמערלעך.‟
אַ ריי שטודיעס האָבן שוין אָנגעוויזן, אַז דאָס טרינקען קאַווע קאָן מאַכן קלענער די ריזיקע פֿון ראַק אין לעבער, ברוסט, פּראָסטאַטע און הויט.
4. איז קאַווע שלעכט צום האַרץ?
בײַ ס׳רובֿ געזונטע מענטשן, קאָן קאַפֿעיִן גורם זײַן אַ קורצע, צײַטווײַליקע העכערונג פֿונעם בלוטדרוק, נאָר קיין פּראָבלעמען שאַפֿט עס נישט. „אָבער די מענטשן, וואָס לײַדן פֿון אַ הויכן בלוטדרוק וואָלטן געמעגט האַלטן אַן אויג, ווען זיי טרינקען מער ווי 1 טעפּל קאַווע — האָט באַמערקט דזשעניפֿער פּאַועל וועדיג, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון נערונג אינעם „מעטראָפּאַליטאַן שטאַט־אוניווערסיטעט אין דענווער — בפֿרט אויב ס׳הייבט אָן גיכער צו קלאַפּן דאָס האַרץ.‟
5. פֿאַרקלענערט קאַווע די גרייס פֿון דער פֿרויס בריסט?
אַ שטודיע, דורכגעפֿירט אינעם „לונד־אוניווערסיטעט‟ אין שוועדן האָט אַנטדעקט, אַז בײַ פֿרויען, וואָס טרינקען דרײַ אָדער מער טעפּלעך קאַווע אַ טאָג זענען די בריסט אויף 17% קלענער ווי די וואָס טרינקען ווייניקער קאַווע. די פֿאָרשער האָבן דערקלערט, אַז צו פֿיל קאַפֿעיִן קאָן טאַקע באַווירקן די האָרמאָנען, און במילא די גרייס פֿון די בריסט. פֿון דעסטוועגן, דאַרף מען נישט אַרײַן אין אַ פּאַניק, האָט באַמערקט די הויפּט־פֿאָרשערין העלענאַ יערנשטראָם. „די בריסט וועלן טאַקע קלענער ווערן, אָבער אין גאַנצן פֿאַרשווינדן וועלן זיי נישט,‟ האָט זי געזאָגט.
6. קאָן קאַווע פֿאַרקריפּלען דעם וווּקס פֿון אַ קינד?
אַמאָל ווען קינדער פֿלעגן בעטן אַ זופּ קאַווע בײַ טאַטע־מאַמע, האָט מען זיי געוואָרנט, אַז קאַווע קאָן אָפּשוואַכן דעם וווּקס, אָבער מאַלאָן זאָגט, אַז דאָס איז אַ באָבע־מעשׂה. „געוויסע שטודיעס האָבן אָנגעוויזן, אַז קאַפֿעיִן קאָן טאַקע אַרויסציִען קאַלציום פֿון די ביינער, אָבער דאָס איז אַ גרעסערע סכּנה פֿאַר אַלטע לײַט, ווי פֿאַר קינדער,‟ האָט זי געזאָגט. ווי עס איז, איז דער פֿאַרלוסט אַזוי נישטיק, אַז בלויז צוגעבן צוויי לעפֿל מילעך צו דער קאַווע קאָן שוין אויסגלײַכן דעם אויספֿעל פֿון קאַלציום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.