דאָס שטעלן געוויסע שפּײַזן אָדער כּלים אין אַ מיקראָכוואַלניק קאָן שאַטן דעם געזונט אָדער חלילה גורם זײַן אַ שׂרפֿה. דערפֿאַר זאָלט איר אַהין נישט אַרײַנשטעלן די ווײַטערדיקע זאַכן:
האַרטע אייער: אויב איר וועט פּרוּוון אָפּקאָכן נישט־אָפּגעשיילטע אייער אינעם מיקראָכוואַלניק, קאָן עס גורם זײַן אָדער אַן אויפֿרײַס, אָדער, חלילה, אָפּגעבריטע פֿינגער. די שטאַרקע היץ פֿון די מיקראָכוואַליעס שאַפֿט אַ סך פּאַרע אין די אייער, און האָט פּשוט נישט וווּהין צו „אַנטלויפֿן‟. דערפֿאַר זאָלט איר אָפּקאָכן די אייער אויף אַ געוויינטלעכער פּליטע.
פֿאַרפֿרוירן פֿלייש: איר ווילט שפּאָרן צײַט, באַשליסט איר צו צעלאָזן דאָס פֿאַרפֿרויענע פֿלייש אינעם מיקראָכוואַלניק. דאָס איז אָבער אַ טעות, ווײַל ווען איר טוט אַזוי, הייבט דאָס פֿלייש אָן אָפּגיין, צו ערשט, בלויז בײַם ראַנד, בעת דער געדיכטער מיטעלער טייל פֿונעם פֿלייש בלײַבט פֿאַרפֿרוירן. די אומגלײַכע צעשפּרייטונג פֿון היץ שאַפֿט „אידעאַלע‟ באַדינגונגען פֿאַר באַקטעריע זיך צו פֿאַרשפּרייטן. דערפֿאַר איז דער זיכערסטער אופֿן אפּצופֿרירן פֿלייש עס צו לייגן אין פֿרידזשידער איבערנאַכט.
ברוסטמילעך: איר זאָלט נישט צעשמעלצן פֿאַרפֿרוירענע ברוסטמילעך אין מיקראָכוואַלניק, צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, ווײַל די היץ וואַרעמט נישט אָן אַלע ערטער גלײַך, קענען געוויסע ערטער פֿון דער מילעך ווערן צו הייס פֿאַר אַ פּיצל קינד, און צווייטנס, ווײַל געוויסע וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס האָבן שוין אָנגעוויזן, אַז דאָס אָנוואַרעמען מילעך דורך אַ מיקראָכוואַלניק צעשטערט די נערונג־ווערט פֿון ברוסטמילעך. אַ בעסערער אופֿן צו צעלאָזן פֿאַרפֿרוירענע מילעך איז, אָנצוהייצן אַ טעפּל וואַסער אין מיקראָכוואַלניק; דערנאָך אַוועקשטעלן דאָס טעפּל וואַסער אויפֿן טיש, און אַרײַנשטעלן דאָס פֿלעשל ברוסטמילעך, ביז זי דערגרייכט די שטוב־טעמפּעראַטור.
פּלאַסטיש געפֿעס: אַ צאָל שטודיעס האָבן שוין אָנגעוויזן, אַז די פּלאַסטישע כּלים בשעת מע דערוואַרעמט אין זיי דאָס עסן, לאָזן אַרויס כעמישע שטאָפֿן (אַזוי ווי דעם האָרמאָן, עסטראָגען) אינעם עסן. לייגט בעסער דאָס עסן אַרײַן אין אַ גלעזערנעם טעלער, דעקט עס צו מיט אַ פּאַפּירן האַנטעכל, און וואַרעמט עס אָן אַזוי. כּלים, געמאַכט פֿון שוימפּלאַסט (styrofoam), זענען אויך געפֿערלעך.
פּאָרצעלײַענע טעלער מיט אַ מעטאַלישן ראַנד: אַ טייל פּאָרצעלײַענע טעלער און שיסלען ווערן באַצירט מיט אַ דינעם מעטאַלענעם ראַנד. אויב איר האָט אַזעלעכס, שטעלט עס נישט אַרײַן אין מיקראָכוואַלניק. אַפֿילו זייער אַ דינע ליניע פֿון מעטאַל קאָן קאַליע מאַכן דאָס אייוועלע.
פּאָרטאַטיווע קופֿלען: די שטאָלענע קופֿלען, וואָס האַלטן קאַווע און טיי וואַרעם בעת איר זענט אויפֿן וועג, זאָל מען נישט אַרײַנשטעלן אין מיקראָכוואַלניק, ווײַל אויך דאָס קען אים קאַליע מאַכן.
אַלטע קופֿלען: געוויסע קופֿלען און טעפּלעך וואָס מע האָט געמאַכט פֿאַר די 1960ער יאָרן, זענען אָפֿט מאָל געווען גלאַזירט מיט מאַטעריאַלן, וואָס קאָנען אַרויסלאָזן ראַדיאַציע, און האָבן אויך אָפֿט געהאַט שפּורן פֿון בלײַ און אַנדערע געפֿערלעכע שווערע מעטאַלן. אויב איר ווייסט נישט ווי אַלט איז די כּלי, דערוואַרעמט דאָס געטראַנק אין אַ גלאָז.
אַ ליידיקער מיקראָכוואַלניק: אויב איר שטעלט אָן די מאַשין על־פּי־טעות, ווען ס׳איז גאָרנישט פֿאַראַן אינעווייניק, איז אויך אַ סכּנה. ווען ס׳איז נישטאָ קיין שפּײַז אָדער געטראַנק אויפֿצונעמען די מיקראָכוואַליעס, אַבסאָרבירט דער „מאַגנעטראָן‟ (דאָס וואָס דערמעגלעכט דעם מיקראָכוואַלניק צו פֿונקציאָנירן) די כוואַליעס אַליין, וואָס קאָן צעשטערן די מאַשין אָדער גורם זײַן אַ שׂריפֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.