אין דער שטאָט דעווענטער, אין מיזרח־האָלאַנד, פֿירט מען איצט דורך אַ געזעלשאַפֿטלעכן עקספּערימענט, וואָס העלפֿט סײַ די עלטערע לײַט, סײַ יונגע סטודענטן.
אינעם געלן ציגלנעם הויז, וווּ עס וווינען בערך 160 פּענסיאָנערן, האָבן זיך אַרײַנגעצויגן זעקס סטודענטן, וועלכע באַצאָלן נישט קיין דירה־געלט. אַנשטאָט דעם העלפֿן זיי, צום ווייניקסטן 30 שעה אַ חודש, מיט געוויסע פֿונקציעס, וואָס די אָנגעשטעלטע האָבן פּשוט נישט קיין צײַט צו טאָן: גיין מיט די עלטערע אײַנוווינער אײַנקויפֿן, שפּילן ברעטשפּילן אָדער קאָרטן מיט זיי, אָדער סתּם שמועסן.
לויט אַן אַרטיקל אין דער אירלענדישער צײַטונג The Journal.ie, האָט דער הויפּט פֿונעם פּענסיאָנערן־הויז, געאַ סיפּקעס, געזאָגט: „ס׳איז וויכטיק נישט צו איזאָלירן די עלטערע לײַט פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. ווען אַ מענטש איז 96 יאָר אַלט, און לײַדט ווייטיקן אין קני, קענען די דאָקטוירים ווייניק טאָן וועגן דעם, אָבער מיר קענען כאָטש שאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ מע פֿאַרגעסט וועגן דעם ווייטיק.‟
דער אײַנפֿאַל, אַז יונג און אַלט זאָלן וווינען אין איינעם, האָט געהאַט אַ פּאָזיטיוון אָפּרוף אין האָלאַנד, וווּ אַ סך מענטשן באַטייליקן זיך אין פֿרײַוויליקער אַרבעט בכלל. לעצטנס האָט מען געגרינדעט אַ צאָל צווישן־דורותדיקע פּראָיעקטן אויך אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער — אָבער נישט אין די פּענסיאָנערן־הײַזער, ווײַל דאָרט זענען געוויינטלעך נישטאָ גענוג צימערן.
אין אַ טייל פֿאַלן, פֿאַרדינגען די עלטערע לײַט אַ שטוב אין זייער אייגן הויז אָדער דירה צו סטודענטן. אַ צאָל בנינים זענען לעצטנס געבויט געוואָרן, בפֿרט כּדי צו באַזעצן יונגע מענטשן מיט עלטערע לײַט.
אין דער פֿראַנצייזישער שטאָט ליאָן, האָט מען געגרינדעט אַ פּראָיעקט, וואָס פֿאַרדינגט אַ טייל פֿון די דירות אין אַ פּענסיאָנערן־הויז צו סטודענטן, אָבער די סטודענטן מוזן פֿאָלגן געוויסע שטרענגע כּללים, ווי, למשל, זיי טאָרן נישט פֿאַרבעטן קיין פֿרײַנד צו זיך.
דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער האָט אַ בריטישער קאָמיטעט, אָנגעפֿירט דורך אַ געוועזענעם מיניסטער, געעצהט, אַז נײַע הײַזער פֿאַר עלטערע לײַט און אינוואַלידן זאָלן געבויט ווערן אין אײַנקויף־צענטערס; לעבן געוויינטלעכע דירות־הײַזער, אָדער אַפֿילו אויף אוניווערסיטעט־קאַמפּוסן, כּדי אויסצומײַדן די טענדענץ פֿון „פֿאַרשיקן‟ די אַלטע אין „באַדינונג־געטאָס‟.
„לויטן פֿריִערדיקן מוסטער, זענען די וווין־ערטער פֿאַר עלטערע לײַט געווען אָפּגעזינדערט פֿון דער געזעלשאַפֿט; אין תּוך, זענען זיי געווען אינדזלען פֿון עלנטקייט,‟ האָט דער מיניסטער, פּאָל בורשטאָו באַמערקט. „באַדינונג־היימען, וואָס פֿונקציאָנירן באַזונדער פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, זענען נישט קיין אמתע היימען.‟
די סטודענטן אינעם פּענסיאָנערן־הויז אין דעווענטער גרייטן צו פּשוטע מאָלצײַטן אין די אָוונטן פֿאַר די עלטערע מיטוווינער און פֿירן אָן מיט אַקטיוויטעטן, וואָס זיי מיינען, אַז די אײַנוווינער וואָלט עס פֿאַראינטערעסירט. איינער, אַ יונגערמאַן, וואָס הייסט יוריען, האָט יעדע וואָך, למשל, געלערנט אַ 85־יאָריקן אײַנוווינער ווי צו ניצן דעם קאָמפּיוטער.
„איצט קען איך אַרויסשיקן בליצבריוו, זיך פֿאַרבינדן מיט דער אינטערנעץ, אויסזוכן ווידעאָס און גיין אויף ׳פֿייסבוק׳,‟ האָט דער זקן, אַנטאָן גרוט קאָערקאַמפּ, מיט שטאָלץ דערקלערט.
„מיר טוען קליינע זאַכן, אָבער עס שאַפֿט ביי זיי אַ גוטע שטימונג,‟ האָט יוריען געזאָגט.
„פֿאַר מיר איז עס אַ גאָלדענע געלעגנהייט,‟ האָט דערקלערט אַ 22־יאָריקע זשורנאַליזם־סטודענטקע, דעניס. „נישט בלויז וואָס איך דאַרף נישט באַצאָלן קיין דירה־געלט, נאָר איך האָב טאַקע ליב צו אַרבעטן מיט עלטערע מענטשן. ס׳רובֿ סטודענטן־וווינונגען זענען קליין, שמוציק און טײַער, און דערפֿאַר איז דאָס אַן אויסערגעוויינטלעכער אַלטערנאַטיוו.‟
אינעם דעווענטער־הויז מעגן די סטודענטן יאָ פֿאַרבעטן פֿרײַנד אויף אַ „כּוסה‟ און אַפֿילו לאָזן אים אָדער זי בלײַבן איבערנאַכט, אַבי זיי פֿירן זיך אויף אויף אַ „לײַטישן‟ אופֿן. אַ מאָל איז אַזאַ פֿרײַהייט אָבער שווער פֿאַר די עלטערע לײַט צו פֿאַרדייען.
„איין מאָל בין איך אַהיימגעקומען שפּעט בײַ נאַכט און אויפֿגעוועקט מײַן מיטוווינערין, דזשאָאַנאַ, און זי איז געוואָרן אין כּעס,‟ האָט יוריען געזאָגט. „האָב איך, ווי אַ גוטער שכן, זיך אַנטשולדיקט און צוגעזאָגט עס מער נישט צו טאָן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.